אומאר איבן אל-כאטאב
אומאַר איבן אַל-כאַטאַב (אַראַביש: عمر بن الخطاب אומאר זון פון אל-כאטאב; 585 - 6טן נאוועמבער 644) איז געווען דער צווייטער כאליף, פון 634 - 644. ער איז געווארן כאליף נאכן טויט פון אבו באכער. ער איז געווען איינער פון די מעכטיקסטע פון אלע כאליפן. אומאר האט דערגאנצט די הערשאפט איבער דעם אראבישן האלבאינדזל, ער האט געקעמפט קעגן די ביזאנטער און האט איינגענומען ארץ ישראל, סיריע, איראק און עגיפטן. אין ירושלים געפינט זיך דער אומאר מעטשעט אויף זיין נאמען. ער האט געזיגט די פערסישע סאסאנידע אימפעריע אין ווינציקער ווי צוויי יאר.
געבורט |
586 מעקא, סאודי אראביע |
---|---|
דערמארדעט | 3 נאוועמבער 644 (אלט 58 בערך) |
אַמט | כאליף |
די הערשאפט פון אומאר האט געדויערט צען יאר, און האט אויפגעשטעלט די איסלאמישע אימפעריע.
פאר זיין טויט האט אומאר אויפגעשטעלט א קאנסיליום פון זעקס מענטשן צו קלויבן זיין ממלא מקום. אומאר איז געהרגעט געווארן אין א מעטשעט בשעת ווען ער האט געבעטן דארט, דורך א פערסישן שקלאף.
יונגע יארן
רעדאַקטירןאומאר איז געבוירן געווארן אין 644 אין מעקא. אין זיינע יונגע יארן פלעג ער אכט געבן איבער זיין פאטערס קעמלען אין די פלוינען לעבן מעקא. כאטש די דעמאלסיקע אראבער זענען געווען אנאלפאבעטיש, האט אומאר זיך אויסגעלערנט לייענען און שרייבן. ער איז אויך געווען א גוטער רעדנער.
איסלאם
רעדאַקטירןווען מוכאמאד האט אנגעהויבן דרשענען וועגן איסלאם אין 610, איז אומאר, אזוי ווי אנדערע אין מעקא, געווען א שטארקער קעגנער און האט געסטראשעט צו הרגענען אים. אומאר האט געוואלט שיצן די עבודה זרה פון די אראבער.