אויטאנאמישע רעפובליק פון קרים

אדמיניסטראטיווער אפטייל פון אוקראינע
דער ארטיקל דיסקוטירט די אוקראינישע רעפובליק אויפן האלבאינזל קרים. טאמער זוכט איר דעם האלבאינזל אליין, זעט קרים.

די אויטאנאמישע רעפובליק פון קרים (אוקראיניש: Автономна Республіка Крим, אַווטאנאמנאַ רעספובליקאַ קרים; רוסיש: Автономная Республика Крым, אַווטאנאמנאַיאַ רעספובליקאַ קרים; מוסטער:שפראך-crh, Къырым Мухтар Джумхуриети)‏[1] איז אן אויטאנאמישע רעפובליק, אין דרום אוקראינע, פלאצירט אויפן קרים האלבאינזל אויפן צפון ברעג פונעם שווארצן ים. די אויטאנאמישע רעפובליק פון קרים נעמט דעם גאנצן קרים־האלבאינזל, אחוץ די שטאט סעוואסטאפאל.

אויטאנאמישע רעפובליק פון קרים
Автономная Республика Крым
Автономна Республіка Крим
פאן
פאן
סימבאָל
פֿאָן הערב
נאַציאָנאַלע זינגליד:
אָרט פֿון
אָרט פֿון
קאָנטינענט אייראפע
אָפֿיציעלע שפּראַך אוקראיניש
הויפּטשטאָט סימפעראפאל 44°57′N 34°6′W / 44.950°N 34.100°W / 44.950; -34.100
רעגירונג אויטאנאמישע רעפובליק
פּרעזידענט
פּרעמיער מיניסטער

גרינדונג דאַטום
פעברואר 1991
פלאַך מאָס
וועלט גראַדונג פלאַך
פּראָצענט וואַסער
26,100 קוואַדראַט ק"מ
148סט
באַפֿעלקערונג
- צאָל
- וועלט גראַדונג
- ענגקײט

1,973,185 2007
148סט
75.6 מענטשן פאַר אַ ק"מ
פּראָדוקט ווערדע
וואַלוטע אוקראינישע הריווניע (UAH)
צײַט זאָנע UTC +2
אינטערנעט דאָמען .
טעלעפֿאָן קאָד 380+

קרים איז אן אויטאנאמישע פארלאמענטארע רעפובליק אין אוקראינע‏[2] און ווערט רעגירט לויט דער קאנסטיטוציע פון קרים, לויט די געזעצן פון אוקראינע. די הויפטשטאט, וואו די רעגירונג פון דער רעפובליק געפינט זיך, איז אין דער שטאט סימפעראפאל, אינמיטן דעם האלבאינזל. דער שטח פון קרים איז 26,200 קוואדראט ק"מ, און איר באפעלקערונג איז געווען 1,973,185 אין 2007.

זייט פעברואר 2014 ווען רוסישע קראפטן האבן אינוואדירט קרים, איז די רעפובליק נישט אונטער דער הערשאפט פון דער אוקראינישער רעגירונג. אוקראינע טענה'ט אבער אז קרים איז א טייל פון איר טעריטאריע.

געאגראפיע

רעדאַקטירן

דער קרים־האלבאינזל איז כמעט אינגאנצן ארומגענומען מיטן שווארצן ים און דעם ים פון אזאוו. ער איז באהאפטן צו דער יבשה פון אוקראינע דורכן איסטמאס פון פערעקאפ, וואס איז ברייט פון 5 ביז 8 ק"מ.

די הויפט אינדוסטריע איז טוריזם.

רעפערענצן

רעדאַקטירן