אבות דרבי נתן (בראשי תיבות; אדר"נ אדער אבדר"נ) איז א מדרש געבויט אויף פרקי אבות, עס הייבט אהן מיט א פרק פון מסכת אבות, און לייגט צו דערצו נאך אסאך מדרשי חז"ל און מעשיות פון תנאים און אמוראים, דער מדרש איז ארייגעדרוקט אין ש"ס ווילנא נאך מסכת עבודה זרה. דער מדרש איז א אלטער מדרש די ערשטע ראשונים ברענגען איר ווי רש"י און דער ספר הערוך. עס האט מפורשים ווי דער ספר כסא רחמים פון חיד"א. עס איז דא אין דער מדרש פארשידענע נוסחאות, רש"י אין מסכת אבות צייכנט צו צוויי נוסחאות. אין שנת ה'תרמ"ז האט שלמה זלמן שעכטער, א משכיל וואס געוואוינט אין ווין און אין לאנדאן, געדרוקט דעם ספר מיט צוויי סארט נוסחאות. די מדרש איז מיוחס צו ר' נתן הבבלי וואס האט געלעבט פאר די דור פון רבי יהודה הנשיא. לויט ר' צבי הירש חיות (שו"ת חלק אמרי בינה סי' י"ג) איז די אבדר"נ טאקע נתחבר געווארן דורך ר' נתן הבבלי אבער עס זענען אריינגעפאלן שטיקלעך פון שפעטערדיגע חכמים. און אזוי איז אויך די מיינונג פון אסאך אחרוני החוקרים און היסטאריקער.

פֿאַר ווייַטער לייענען

רעדאַקטירן