אבדאללא קעניג פון יארדאניע
אבדאללא ערשטע קעניג פון יארדאניע, (1882 - 20סטן יולי 1951), איז געווען דער ערשטער קעניג, פון יארדאניע. פון די האשעמיטן שבט, (ביים גרינדונג פון יארדאניע טראנס-יארדאניע).
געבורט |
2 פעברואר 1882 מעקא, אטאמאנישע אימפעריע |
---|---|
דערמארדעט |
20 יולי 1951 (אלט 69) פאלעסטינע |
קבורה ארט | ראראדאן פאלאץ |
באשעפטיגונג | מאנארך |
האשעמיטן דינאסטיע | |
| |
זיין פאטער איז געווען כוסיין זון פון עלי, הערשער איבער מעקא, און שפעטער קעניג איבער כידזשאז, וואס איז היינט אין סאודי אראביע. נאכן ערשטע וועלט מלחמה, האט גרויסבריטאניע, געגרינדעט צוויי אראבישע לענדער, וואס האבן זיך געפונען אונטער בריטישע אויפזיכט, איראק, און טראנס-יארדאניע, וואס איבער ביידע פון זיי, איז דער הערשאפט געגעבן געווארן צו די האשעמיטן, אבדאללא און זיין ברודער פייסל דער ערשטער, דאס איז געווען אלס דאנקבארקייט פאר די אראבישע הילף, אויף זייער רעוואלט קעגן אטאמאנישע אימפעריע. און נאכן קריג, האבן זיך ווינסטאן טשערטשיל, הערבערט סמועל, לארענס פון אראביע, זיך געטראפן מיט אים, און אים פארגעשלאגן צו ווערן עמיר (הערשער) איבער טראנס-יארדאניע.
ווען טראנס-יארדאניע איז געווארן זעלבסטשטענדיק, איז אבדאללא געקרוינט געווארן אלס קעניג, פון האשעמיטן קעניגרייך פון טראנס-יארדאניע.
איידער דער מלחמת השחרור, פון ישראל. האבן יידישע דיפלאמאטן געפירט געהיימע געשפרעכן מיט אבדאללא, אין שפיץ פון גאלדע מאיר, ביי איין אזעלכע געשפרעכן, זענען זיי געקומען צו א פארשטענדעניש, אז יידן וועלן נישט אטאקירן יארדאניע, און דאס זעלבע פארקערט, צוויי טעג איידער דער קריג איז אויסגעבראכן, האט ער פארגעשלאגן, אז די יידן זאלן ווערן טייל פון יארדאניע, אבער מיט אטאנאמיע, גאלדע מאיר האט אפגעווארפן אזא פלאן, נאך זיין פראגע ווי די יידן יאגן זיך, האט גאלדע מאיר גענטפערט, אז נאך 2,000 יאר האבן די ווי זיך צו יאגן. דערנאך האט גאלדע געזאגט, אויף ווידערזען נאכן קריג.
נאכן קריג, איז ער געווען דער איינציקסטע מדינה פון אראבער, וואס האבן טיילגענומען אין קאמף קעגן ישראל, וואס האט געווינען עפעס, ער האט איינגענומען דעם מערב ברעג, און מזרח ירושלים, אריינרעכנדיק הר הבית, און אלטשטאט. און אין יאר 1950 האט ער אפציעל אנאקסירט דעם מערב ברעג, און ער האט געטוישט דעם נאמען פון טראנס-יארדאניע, צו האשעמיטן קעניגרייך פון יארדאניע. צוזאמען מיט ישראל האט ער זיך קעגן געשטעלט, דאס אינטערנאציאנאליזירן ירושלים, אויפן באפעל פון די פאראייניגטע פעלקער, וואס האט כמעט געברענגט די צוויי לענדער, זיך צאמזעצן ביים טיש, אויף שלום געשפרעכן.
אויף די 20סטע יולי 1951, איז ער געשאסן געווארן צום טויט, פאר זיין אייניקל כוסיין קעניג פון יארדאניעס אויגן, דורך א פאלעסטינער עקסטרעמיסט, שליחים פון מוכאמעד אמין על כוסייני. ביים טויער פון מעטשעט על אקצא, אויפן הר הבית אין ירושלים. זיינע לייבוועכטער האבן געשאסן די מערדער אויפן פלאץ.
נאך זיין טויט איז זיין זון טאלאל געווארן קעניג, אבער מען האט אנטדעקט אין אים א גייסטישע קרענק, האט מען אויפגענומען זיין אייניקל כוסיין, וואס האט ווייטער אנגעהאלטן געהיימע געשפרעכן מיט ישראל, און אונטערגעשריבן א שלום אפמאך מיט ישראל אין יאר 1994.