דער טריפל פֿראנטערא ״דריי לענדער עק״ (שפּאַניש: La Triple Frontera, פארטוגעזיש: Tríplice Fronteira) איז א דרייפאכיקער גרענעץ שטח ביים צוזאמענקום פון פאראגוויי, ארגענטינע און בראזיל, וואו די איגואזו און פאראניא טייכן פליסן צוזאמען. נאענט צום צוזאמענפלוס זענען די שטעט  סיודאד דעל עסטע (פאראגוויי); פוערטא איגואזו (ארגענטינע) און פאס דו איגוואסו (בראזיל).

באפעלקערונג

רעדאַקטירן

די באפעלקערונג אינעם דריי לענדער עק איז קאנצענטרירט אין די דריי גרענעץ שטעט. די גרעסטע פון זיי איז סיודאד דעל עסטע אין פאראגוויי, וואס האט געהאט אין 2010 א באפעלקערונג פון 390,000, און די קלענסטע איז פוערטא איגוואזו, ארגענטינע, מיט א באפעלקערונג פון 82,000. די טוריסן שטאטן פאס דא איגוואצו אין בראזיל האט 300,000 באוואוינער.

דער דריי לענדער עק איז א וויכטיקער טוריסטן געגנט. ביים צוזאמענקום פון די דריי לענדער האט יעדע לאנד געבויט אן אבעליסק אין זיינע נאציאנאלע קאלירן. פון יעדן אבעליסק קען מען זען אלע דריי לענדער.


רעפערענצן

רעדאַקטירן