82 ליע עוועניו
82 לי עוועניו, אדער ווי מ'רופט עס אין קורץ "עידי טו" איז דער הויפטקווארטיר פון די סאטמארער זאלוינים, אין וויליאמסבורג, ברוקלין. עס ליגט ביי לי עוועניו צווישן ראדני סטריט און די בי קיו אי הייוועי.
עס באשטייט פון א גרויסן בנין, דער גאנצער אונטערשטער שטאק איז די גרויסע סאטמארער זאלוינים יאטקע, די אויבערשטע שטאקן זענען די אפיסעס אין די הויפט קווארטירן פון די סאטמארער זאלוינים וויליאמסבורגע מוסדות.
היינט צוטאג ווערט עס פארעכנט אלס א זאלוינים הויפטקוואטיר, וויבאלד די מוסדות ווערט געפירט דורך די זאלוינים, די אהרונים האבן זיך געעפנט איין אייגן בוטשער מיט צוויי געשפעטן און אויך אייגענע מוסדות, דארט וואו זייערע אפיסעס זענען אויף 58 לי עווועניו.