3 חזנים בשירי אידיש (ענגליש: 3 cantors sings yiddish) איז א דאפלטע מוזיק אלבוים וואו דריי היינטיגע חזנים זינגען פערצן יודישע לידער. וואס איז אפגעכאפט געווארן ביי א לייוו קאנצערט אין ירושלימער טעאטער אום ז' ניסן ה'תשנ"ז פראדוציהרט דורך ד"ר מאטי פריעדמאן.

די קאסעטע איז אפגעכאפט דורך אילן בייבער און ארויסגעגעהבן געווארן דורך ישראל מיוזיק. די קאוד איז IMC 1105\6. אין 2003 איז עס ארויפגעלייגט געווארן אויף סי די און מען האט אראפגענומען טרעק נומער צען, ווארשיינליך צוליב מאנגל אין פלאץ. אין 2005 איז ערשינען א די ווי די פונעם קאנצערט מיטן א צוגאב פון די צוויי לידער: שפילדזשע מיר א לידעלע אין יודיש און לאמיר זיך איבערבעהטן.

די מוזיק אויפן פארטעפיאן האט געשפיהלט ריימאנד גאלדשטיין. די חזנים זענען: חיים אדלער, אשר היינאוויץ און נפתלי הערשטיק.

אינהאלט רעדאַקטירן

עהרשטע זייט:

  • אויפן פריפעטשיק, אלע צוזאמען
  • א יודישע מאמע, א"ה
  • א דודעלע, ח"א
  • ראזשינקעס מיט מאנדלען, נ"ה

צווייטע זייט:

  • יאנקעלע, א"ה
  • דער אלטער חזן, נ"ה
  • חזנים אויף פראבע, אלע צוזאמען

דריטע זייט:

  • דאס יודישע ליעד, ח"א
  • משה'לע מיין פריינד, א"ה
  • פארוואס זינגט א חזן, נ"ה

פערטער זייט:

  • א חזנדל אויף שבת, ח"א
  • מאנטל, א"ה
  • פון קאסעוו ביז קיטעוו, נ"ה
  • זאל שוין קומען די גאולה, אלע צוזאמען

וועב לינקען רעדאַקטירן