װיקיפּעדיע רעדן:נאמען פון ארטיקל

שיחות פעילות

וויאזוי איז דער בלאט צושטאנד געקומען?רעדאַקטירן

זעה די בית המדרש שמועס איבער וויאזוי דאס איז ארגאניזירט געווארן.[1]. ביעט צוגעבן נאך איינפעלער און נקודות וואס ברויכט זיך צום דעם טעמע.--יודל 14:33, 23 אָקטאָבער 2007 (UTC)


"אויך זאל דאס בעסער זיין לשון הווה ווי איידער די לשון עבר אדער עתיד" וויאזוי קען א סובסטאנטיוו (זאכווארט) האבן א הווה מיט אן עבר מיט אן עתיד? --פוילישער 21:45, 23 אָקטאָבער 2007 (UTC)

גוט LOL ►רוני◄ 22:37, 23 אָקטאָבער 2007 (UTC)
איז אזוי, געוויינליך זאל מען טאקע בלויז שרייבן א שם דבר, אבער מאכט זיך אסאך מאל אז א שם דבר איז שוין דא, און מ'וויל פארברייטערן דעם נושא מיט א צווייטער ארטיקל איבער א תופעה, דאן איז דאס בלשון הווה. אגב, איז LOL ייווא יידיש וואס מ'נוצט און אנטווערפן אדער איז דא אמעריקאנע חרדישע אידיש וואס מ'האט פארגעסן זיך צו מאכן אז מ'קען נישט קיין ענגליש?--יודל 23:19, 23 אָקטאָבער 2007 (UTC)

נקודות פאליסירעדאַקטירן

איך שמועס זיך דורך ביטע ענטפערן. די נקודות למעשה איז פון ייווא און עס איז זייער אויסגעהאלטן פיל מער ווי די שפראך אן נקודות, איז וויאזוי קענען מיר מאכן א פאליסי קעגן דעם?--יודל 15:14, 5 פעברואר 2008 (UTC)

פאליסי וואס מהאלט נישט איין האט נישט קיין פשט דא צו שטייןרעדאַקטירן

די פאליסי פון נישט באוועגן יענעם'ס ארבייט בנוגע דעם קעפל נאמען נאר נאך וואלן האט רוני באשטעטיגט דא ווען די ארונים האבן נעבעך געמיינט אז זיי קענען טעראריזירן דא. איצטערט איז דא שוין לאנג נישט געווען די ארונישע פאליטיק און רוני אליין'ס האלט נישט איין זיין פאליסי דעריבער גיי איך דאס מעקן נאך א וואך איך האף אז רוני אדער דער ניק פוילישער וועלן זיך אויפוועקן און ארויסרעדן זייער מיינונג לגבי דעם א דאנק--Chaim Shel 15:21, 31 מערץ 2009 (UTC)

אפדעיט א וואך אדורך די 2 ניקס רוני מיט דער אנדערע ניק פוילישער שווייגן איז אלזא געטוישט געווארן דער פאליסי אויף אויס.[2]--Chaim Shel 17:47, 7 אַפריל 2009 (UTC)

רבנישע נעמעןרעדאַקטירן

עס שטייט: רבנישע נעמען רבנישע נעמען שאַפֿן אַ קאָמפּליקאַציע: אַ סך פֿון זיי זײַנען באַקאַנט מיט אַ צונאמען, ווי "דער חפץ חיים" אדער "דער חזון איש", און זייער אָפֿיציעלער נאָמען איז כּמעט אומבאַקאַנט. פונדעסטוועגן, דער ארטיקל וועט זיין גערופֿן דער אפיציעלער נאָמען פונעם רב, און אַ ווייטערפירונג וועט אויך לאָזן דערגרייכן דורך זיין ניקקנאַמע.

איך בין נישט מסכים. אז א גדול איז באקאנט נאר לויט זיין ספר. און רוב מענטשן געדענקען אפילו נישט זיין נאמען, וואו איז דער שכל הישר צו שרייבן זיין ביאגראפיע אונטער זיין נאמען וואס ווייניג מענטשן קענען און נישט אונטערן קעפל ווי די גאנצע וועלט רופט אים? איך שלאג פאר אז מען זאל ענדערן די תקנה. --פוילישער 22:36, 26 סעפטעמבער 2019 (UTC)

לשיטתך זאל מען טוישן אלע ארטיקלען ווי אברהם ישעיהו קארעליץ צום חזון איש. און ווער ווייסט צו זאגן פון אלכסנדר זיסקינד פון הוראדנא? און ווער רופט דער בית אברהם "אברהם וויינבערג (דער צווייטער)? ווייל איר קענט נישט קיין נעמען מיינט נישט אז דאס "איז די שכל הישר". און איר דארפט נישט זיין קלוגער ווי דער הויפט ענגליש־וויקיפעדיע און דער העברעיש־וויקיפעדיע און רוב איבריגע. א דאנק פאר אייער ארבעט. --תנא קמא (רעדן) 05:31, 29 אָקטאָבער 2019 (UTC)
אבער דער הויפט ענגליש-וויקיפעדיע האט א כלל אז דער נאמען פון אן ארטיקל זאל זיין דער באקאנטער נאמען און נישט דער אפיציעלער נאמען. --פוילישער 13:48, 30 אָקטאָבער 2019 (UTC)
איך האב נישט די צייט זיך מתווכח זיין אויף יעדע שטות. אפשר מאכט מען אן אפשטימונג? --תנא קמא (רעדן) 18:40, 30 אָקטאָבער 2019 (UTC)
חזרה לדף המיזם "נאמען פון ארטיקל".