װיקיפּעדיע רעדן:זאקן פאפעט

תגובה אחרונה: פֿאַר 17 יאָר מאת פוילישער בנושא נאמען

געבלאקטער ווואנדאל מיט טענות

רעדאַקטירן

דו מאכסט דא נייע פאליסיס, רוב זאכן בין איך נישט איינשטימיג איך האף באלד ארויפצוקומען און מעקן כפי הצורך--אלזוז 18:29, 28 סעפטעמבער 2006 (UTC)

דו ביסט געלאדענט צו מעקן אבער מיט אויפקלערונג ביטע.--קאווע טרונקער 18:31, 28 סעפטעמבער 2006 (UTC)
אלעס וועט האבן א קלארע אויפקלערונג. מאך נישט קיין נייעס פאליסיס אן זיך דורכרעדן מיט קיינעם--אלזוז 18:37, 28 סעפטעמבער 2006 (UTC)
דער וועג פון זיך דורכרעדן דא אין וויקיפעדיע איז קודם צו שרייבן וואס דער שכל זאגט און דערנאך דאס איבערטראכטן און איבערטראכטן. וועסט קוקען אין די געשיכטע וועסטו זעהן אז איך האב דאס געטוישט, געמעקט און געפיצט הונדערטע מאל. איצט ווארט מען אויף דיר זאלסט דאס קומען נאך מער טוישן. אבער געדענק נישט מיט קיין שטילשווייגעניש. אויב איך פרעג זאלסטו ענטפערן אז נישט זאלסטו ווארטן ביז דו טוישט ווידעראמאל.--קאווע טרונקער 18:46, 28 סעפטעמבער 2006 (UTC)

אקעי הער אויס, איך האב זיך זייער שטארק געמוטשעט צו פארשטיין דיין גאנצע מגילה, עס איז מיר זייער שווער אנגעקומען, דו האסט עס געשריבן זייער צעמישט, איך מיין דו וועסט אויך מודה זיין דערצו. איז קודם האב איך געמאכט א כראנאלאגישען סדר, צוגעלייגט אפאר אייגענע מסתברדיגע זאכן, און איך האף צוריקצוברענגען אלע דיינע ווערטער וואס איך האב אויסגעמעקט. און דערנאך קען מען אנהייבן מיטן פראצעדור פון זיך טענהן צו דו ביסט יא גערעכט צו נישט.--אלזוז 03:34, 29 סעפטעמבער 2006 (UTC)

וועגן הייד פארק שטותים דא

רעדאַקטירן
להוי ידוע אז איך האב קיינמאל נישט מסכים געווען אז דער פאליסי דא זאל אויסרעכענען זאכן וואס האבן מיט הייד פארק--אבישי 17:02, 1 אקטאבער 2006 (UTC)
ווילאנג דו האסט נישט איינעם אויף דיין זייט איז עס אן אנערקענטע פאליסי. און בכלל האסטו נישט קיין רעכט אריינצורעדן ווען דו אליינס ביסט נכלל אין דעם.--אלזוז 19:36, 1 אקטאבער 2006 (UTC)
ווילאנג דו האסט נישט קיינעם אויף דיין זייט, לגבי דעם פרט פון הייד פארק איז דאס נישט קיין פאליסי, פאליסי מיינט אז א שטיקל רוב קאנסענסוס איז ביי דער מייונונג אדער סיי וואסארא אנדערע וויקיפעדיע האט אזא איינפיר. דערווייל איז דאס דיין אייגענע מיינונג וואס איז נישט מחייב קיינעם.--אבישי 21:48, 1 אקטאבער 2006 (UTC)
עס איז זייער א קלארע נארמאלע פאליסי, דו דארפסט אויפקלערן וואס איז שלעכט דערמיט. נישט דרייען מיטן צינג אז אין אנדערע איז עס נישטא. רעד קלאר פארוואס דו ביסט נישט צופרידן דערמיט. איך ווייס פארוואס, ווייל דו ביסט נכלל אין דעם כלל. און הער מיך אויס, נישט יעדע זאך וואס געפעלט נישט איז אויס. דא איז וויקעפעדיע, בעבי. אקעי?--אלזוז 01:27, 3 אקטאבער 2006 (UTC)
איך האב אויף מיר אונטערגענומען דעם הייד פארק תקנה ווייל דו האסט מיך טערארזירט אבער פון מיר פריוואט צו דאס ארויפצווינגען אויף יעדן איינעם ביסטו און קיינער נישט באפולמעכטיגט, פאליסיס זענען געמאכט פארן וואולזיין פון וויקיפעדיע. און נישט פאר הייד פארק. דא איז וויקיפעדיע נישט הייד פארק. דארטן זאלסטו ארויפצווינגען וואס דו ווילסט דא הערשט פרייהייט.--אבישי 02:27, 3 אקטאבער 2006 (UTC)
איך האלט מיט אבישי וועגן הייד פארק, איך וואלט מציע געווען אלס א פשרה, אז דאס זאל נישט זיין קיין פאליסי, נאר אן אנווייזונג, און ווער עס וויל קען דאס טאן. אבער נישט קיין אפיציעלער פאליסי. אין אלגענמיין וועגן די טעמא, כ'פארשטיי אז פאר אלזוז איז זייער וויכטיג צו וויסן אויב אן ענליכע נאמען אויף היידפארק איז דער זעלבער אדער נישט, און דאס איז צוליב זיין שטארקע אריינגעמישעכטס אין היידפארק, אבער באנוצער ווי איך וואס באזוכען כמעט נישט הייד פארק, איז דאס פונקט ווי דו זאלסט פארלאנגן אז מען זאל דארפן שרייבן אויב אן ענליכע ניק אויף יאהו אדער עי. או. על. איז די זעלבע אדער נישט.--שמאלץ רעדן / בליץבריוו 03:22, 3 אקטאבער 2006 (UTC)

נאמען

רעדאַקטירן

אזוי ווי ס'איז דא אויף יידיש א באקאנט ווארט „ליאלקע", אפשר דארף מען דאס רופן „זאקן־ליאלקע" ? --פוילישער 10:01, 26 יולי 2007 (UTC)ענטפֿער

פארוואס די חרדישע איסור איז וויכטיג דא

רעדאַקטירן

איך האב דאס נישט געשריבן אלס פאליסי. נאר אלס אויפקלערונג צו פארשטיין געבן פאליסי.--יודל 17:36, 1 פעברואר 2008 (UTC)

  1. ביי חסידים איז דאס א ספעציעלע עבירה צו שרייבן אויפן אינטערנעט נאכן איסור פון אלע אידיש רענדעדע רבנים אז מ'מעג דאס בלויז נוצן פאר ביזנעס און נישט פאר סיי וואסערע אנדערע צילן. איז די סדר אז זיי היטן זיך מער ווי סתם פרייע באנוצער צוליב מורא און סאציאלאגישע דרוק.

דאס איז נאך נישט קיין סיבה צו באניצן א צווייטן נאמען. --פוילישער 14:33, 3 פעברואר 2008 (UTC)

עס איז יא גענוג סיבה, אין אלע וויקיפעדיעס איז דאס ערלויבט מ'קען נישט דא מאכן נייע איסורים אן זיך דורכרעדן. דאס איז איינע פון די פילע סיבות וואס אנדערע וויקיפעדיעס הייסט דאס כללית 'סאשעל פרעשור' מיר זענען בלויז מסביר וואס איז דאס סאציאלע דרוק ביי חסידים--יודל 14:35, 3 פעברואר 2008 (UTC)
חזרה לדף המיזם "זאקן פאפעט".