װיקיפּעדיע:קאווע שטיבל/יאנואר ארכיוו 2007
וויאזוי זאל מען רופן רידיירעקט אין יידיש?
רעדאַקטירןאונזער טעכנישער הויפט סיסאפ פארשטייט נישט קיין יידיש, נאר בלויז היברו און ענגליש, ער האט געבעטן זיך פאראייניגן איבער דעם: [1] רוני האט אים פארגעשלאגן צו איבערטייטשן אויף 2 ווערטער, עס איז אבער בעסער איין ווארט, אלזא וואס איז דער בעסטער? איך האלט אריבערפירן אדער אריבערפיראכץ אדער רידיירעקט אבי איין ווארט. אייער מיינונג?--יודל 13:32, 2 ינוואר 2007 (UTC)
וועגן באנוצער יודל
רעדאַקטירןצוליב דעם וואס איך האב היינט בלאקירט א באנוצער צוליב די אומרוען וואס ער האט געמאכט, איז יודל געלאפן צו די סטוארדס אויף IRC, אבער דאס מאהל בין איך געווען גרייט אויף דעם. איך בין אויך דארט געווען עס איז געווען א מדובר אהין און צוריק, מען האט אונז ביידע אויסגעהערט, דערנאך האט דער סטוארד מיר געזאגט אז איך האב ריכטיג געטאן און געבעטן אז מען זאל עפענען א בלעטעל דא האט יודל עס געפענט דא.
ביטע הלעפן אין אויסגראדן די פראבלעם:
- מאכט זיכער צו שרייבן ענגליש אדער העכסטענס עברית, וויבאלד ענגליש איז וואס זיי רעדן.
- מאכט זיכער נישט צו טענהן נאר שרייבן זאכליכע פונקטן נישט ענטפערן נאר אויב עס מוז געענטפערט ווערן, ווי למשל אז א סטוארט פרעגט.