הילף:מערסטע געפרעגטע פראגעס
מערסט געפרעגטע פראגעס איז א צוזאמקלויבונג פון אלע פראגעס וואס איר קענט אייך נאר באגעגענען וועלנדיג זיך אנשליסן אין ווקיפעדיע. רוב חברים זענען שוין דורך כמעט די אלע פראבלעמען. פאלגענד איז א ליקוט פון אלע שאלות ותשובות וואס זענען שוין דורכגעשמועסט געווארן אין די רעדן בלעטער פון די באנוצער. ביטע אראפשרייבן שווערע פראגעס וואס עגבערן אייך אויך, כדי אנדערע זאלן קענען האבן נוצן דערפון.
וויקיפעדיע
רעדאַקטירןוואס איז דאס א וויקי?
רעדאַקטירןדער אויפטוה פון וויקי ווייכווארג באשטייט בעיקר אז עס פאראייניגט פארשידנארטיגע און קעגן זייטיגע מיינונגען.
עס הייסט נאך א האוואיאיש ווארט וואס מיינט שנעל.
וויקי איז אַ קאָמפּיוטער פּראָגראַם געווידמעט ספּעציעל צו עררייכען דעם ציל פון אויספארעמען א צוזאמגעשמאלצענעם דעה פון פון פארשידנארטיגע מענטשן. עס געבט די כוח פון רוב דעות אויסצומעקן און פאררעכטן די טעות'דיגע פאלטשע פּערזענליכע איינזייטיגע אינפאָרמאַציע וואָס פארדרייען דעם אמת. ווייל דער בעסטער מיטל צו וויסן וואס איז פאלטש איז דער כוח הרבים וואס זענען דן נאכאמאל און נאכאמאל, ביז מען ארבעט אויס די סוגיא.
אַלע תיקונים און רעאַקציעס פון יעדער ענין קען יעדער איינער ליינען און אָפּמאַכן אויב עס איז באַרעכטיגט. אויב באַשליס איך אָדער אַן אנדערער ליינער אַז דאס איז בטעות געטוישט געווארן קען מען דאס צוריק פארעכטן. אויב דאס ווערט א לאנגער קאמף אַהין און צוריק, איז דא ספּעציעלע פּאָליציי מיט מער כוח פון דעם המון. אויב האט איר טענות אז דער פּאליציי מאן האט געמעקט שלא ביושר, איז דא מיליאנען ראנגען העכער אים וואס קענען אים אוועקנעמען זיין כוח. געווענליך ווי לענגער מ'שרייבט ווערט מען א גרעסערער ראנג אינעם היראַכיע, וואס מאכן אָפּ וואָס איז יושר.
דער וויקי פּראָגרעם ווערט היינט צוטאָגס זייער אויפגעכאַפּט, מער און מער. אסאך אסיפות, מיטונגען פון ביזנעס און פאליטיק און אנדערע צילן ענדיגן זיך מיט א "וויקי" פרעזענטאציע אויף א גרויסן סקרין וואס אלע לעפּטאַפּס פון די באטייליגטע זענען צוגעבינדן און דער עולם ארבעט אויף די זיץ פלעצער זעהענדיג יעדנ'ס רעדאקטירונגען. מען מעקט, פארעכט, און מ'רעדט ביז עס ווערן אויסגעפארעמט פאראייניגטע רעזאלוציעס, אגענדעס און שלוסן פון די מיטונגען.
געווענליך גייט דער וויקי נאך א מיטינג ארויף אויף א צייט אפשניט אנליין, אז אלע באטייליגטע קענען זיך נאך ארום טענה'נען און ענדערן אויף א וויילע ביז דער וויקי ווערט גענצליך קריסטילאזירט און אויסגעפארעמט אין א ציל, און אלע לעקציעס און פארשלאגן ווערן דעפענירט, און דער מעסעזש קומט צו א קלארע איינזייטיגע מסקנא.
וואס איז דאס וויקיפעדיע?
רעדאַקטירןװיקיפּעדיע איז אַ פֿילשפּראַכיקער פּראָיעקט (לעת עתה:120 שפּראַכן) צו שאַפֿן אַ גענױע און פֿולשטענדיגע ענציקלאָפּעדיע. איר נאמען איז א צאמשמעלצונג פון צוויי ווערטער; "וויקי" און "פּעדיע".
עס קומט אין א אָפֿענעם פֿרײַען פֿאָרמאַט, געבױעט אױף אַ ספּעציעלער פּראָגראַם מיטן נאָמען וויקי, װאָס מאַכט דעם ענציקלאָפּעדיע װי אַ רשות הרבים װאו יעדער אײנער קען זיך באַטײליגן, ענדערן, רעדאַקטירן, רעאַגירן, מעקן און אַלײנס אָפּשרײַבן אלע סארט אַרטיקלען.
וואס איז די ציל און מטרה פון וויקיפעדיע?
רעדאַקטירןצו שאפן א ריזיגע ענציקלאפידיע וואו יודיש ליינער וועלן זיך קענען ווענדן צו לערנען און דערוויסן איבער אלעס און אלעמען אויף די וועלט. פריי פאר יעדן איינעם צו ליינען און פאררעכטן.
ווער איז איר בעל הבית?
רעדאַקטירןהיינט צוטאגס געהער דאס פאר א נאָן פּראַפיט ארגאניזאציע, מיטן נאמען די וויקי פונדאציע. אבער זיי האבן נישט קיין שום בעלות אויף קיין איין ווארט וואס ווערט דא געשריבן און יעדער איינער קען דאס נעמען און איבערקאפיען. דער פרעזידענט איז זשימי וועילס.
קען דא יעדער שרייבן?
רעדאַקטירןיאָ! אבסעלוט יעדער איינציגער באשעפעניש קען און איז אויפגעפאדערט צו שרייבן דא. מיר אין די וויקיפעדיע מאדאל גלייבט אין די גוטע כוחות פון מענטשן, און אויך איז אויסגעשטעלט אז יעדער איינער וואס שרייבט נישט גוט, אדער מעקט נישט גוט, איז דאס זייער גרינג צוריק צודרייען, און אים ווארענען און פארעכטן. ממילא האבן מיר נישט מורא פון אפענע פרייע שרייבן רעכטן פאר יעדן איינעם.
אויב אזוי, קען איך וואנדאליזירן אלעס?
רעדאַקטירןעס איז אין דיין מעגליכקייט צו טאן וואס דו ווילסט מיט יעדן ארטיקל. אבער איין זאך געדענק, אז דו מוזט האנדעלן פון א רצון צו טאן גוטס און נישט שלעכטס. דו טארסט נישט זיין קיין וואנדאל לשם וואנדאליזם.
דו קענסט ווערן ארויסגעבלאקט פון וויקיפעדיע זייער גרינג, און דיין ארבייט קען מען צוריק דרייען זייער שנעל, איז אלזא פארוואס זאלסטו וועלן וואנדאליזרן?
וויאזוי ארבעט דאס?
רעדאַקטירןווער איז דא פאראנטווארטליך?
רעדאַקטירןוואסארא ענינים ווערן דא געשריבן?
רעדאַקטירן- זעט אויך:אלגעמיינע פראגעס
שאלות פון מתחילים
רעדאַקטירןוויאזוי קען איך ביישטייערן מיט מיין שרייבן?
רעדאַקטירןוויאזוי קען איך ביישטייערן מיט געלט?
רעדאַקטירןפארוואס זאל איך דא שרייבן?
רעדאַקטירןמוז מען זיך איינשרייבן א נאמען כדי צו שרייבן דא?
רעדאַקטירןוואס איז בעסער אז מען שרייבט זיך איין?
רעדאַקטירןמוז איך נוצן מיין עכטער נאמען?
רעדאַקטירןוויאזוי טויש איך מיין באנוצער נאמען?
רעדאַקטירןבעהט דער ביראקראט דאס טאן.
וויאזוי טויש איך מיין פעסווארד?
רעדאַקטירןוואס זענען די געזעצן פון וויקיפעדיע?
רעדאַקטירןדורך אריינגיין אין אייער איינשטעלן בלאט.
מעג מען האבן 2 אדער מער נעמען?
רעדאַקטירןשרייבן און טעכנישע טולס
רעדאַקטירןוואס איז אן ארטיקל?
רעדאַקטירןוויאזוי שרייב איך אן ארטיקל?
רעדאַקטירןוויאזוי לייג איך בילדער?
רעדאַקטירןוויאזוי מאך איך א נייעם אפטיילונג מיט קעפל אין ארטיקל?
רעדאַקטירןוויאזוי מאך איך די אותיות זאלן זיך שטעלן פון לינקס צו רעכטס, ווי למשל פאר ענגליש?
רעדאַקטירןוויאזוי שרייב איך אונטער מיין חתימה?
רעדאַקטירןוויאזוי מאך איך א לינק צו אן אנדער ארטיקל אין דעם וויקיפעדיע?
רעדאַקטירןוויאזוי מאך איך א דערויסענדע לינק?
רעדאַקטירןוויאזוי מאך איך קאטעגאריעס?
רעדאַקטירןביי אונז רופט מען אן א געוויסע זאך אנדעשט ווי ביי אנדערע; מוז מען מאכן 2 ארטיקלן?
רעדאַקטירןדעזיין
רעדאַקטירןוויאזוי מאך איך דיקע אותיות?
רעדאַקטירןהעכער דעם ארטיקל ווען איר שרייבט איז דער געצייג־פאס. צורעכטס זעט איר א דיקן B; אז איר דרוקט דעראויף, וואס איר קלאפּט אריין וועט אויסזען דיק.
וויאזוי מאך איך קאלערדיג אותיות?
רעדאַקטירןוויאזוי מאך איך קליינע אויתיות?
רעדאַקטירןוואזוי מאכט מען אז די שורות שטעלן זיך אויס אין נומערן?
רעדאַקטירןפארוואס זענען געוויסע לינקס רויט און אנדערע זענען בלוי?
רעדאַקטירןווען עס איז נאכנישט דא אן ארטיקל אויף דעם ווארט, אדער אויב א בעאמטער האט עס געמעקט צוליב סיי וואספארא אורזאך, איז די לינק רויט.
אויב ווילט איר שאפן אן ארטיקל דערויף; קוועטשט אויף דעם און עס וועט זיך עפענען א נייער בלאט וואס איר זענט מכובד צו רעדאקטירן.
ענדערן און פארעכטן
רעדאַקטירןאיך באמערק א טעות, ליגענט, אדער איך האב אליינס פארהארגעט אן ארטיקל, וויאזוי טוה איך דאס ענדערן און פארעכטן?
רעדאַקטירןוויאזוי קען איך מיך אן עצה געבן מיט איינער וואס האלט אין איין מעקן מיין געשרייבאכצער?
רעדאַקטירןאיינער וואס מעקט אן קיין הסבר איז א וואנדאל, מען דארף אים בלאקירן. ביטע דאס אויפמערקזאם מאכן אויף זיין רעדן בלאט, און איינע פון די סיסאָפּס וועלן אים אומשעדליך מאכן.
וויאזוי דריי איך צוריק צו א פריערדיגע ווערסיע אין דעם געשיכטע בלאט?
רעדאַקטירןצוריקדרייען אן ארטיקל צו איר פריערדיגע ווערסיע איז זייער גרינג און געשווינד. גייט אריין אין די ווייזן היסטאריע טעב, דארטן דרוקט אויף די ווערסיע זייגער און דאטום, נאכן מברר זיין אז דאס איז די ווערסיע וואס איר ווילט דורך דרוקן אויף יעצטיגע און "צו לעצט" גייט אריין אין דעם ווערסיע, דארטן דרוקט "ענדערן און פארעכטן". עס וועט אייך ארויפקומען א ווארענונג אז איר באארבייט א אלטער ווערסיע, איר זאלט דאס סעיווען, און אלעס וועט צוריקגעדרייט ווערן ווי פריער.
וויאזוי זעה איך די אונטערשייד פון צוויי אדער מערערע ווערסיעס אין די געשיכטע, פון אן ארטיקל?
רעדאַקטירןוויאזוי קען איך זעהן די לעצטע ענדערונגען פון וויקיפעדיע?
רעדאַקטירןאויף די רעכטע זייט אונטער די וויקיפעדיע סימבאל, די פערדע לינק איז "לעצטע ענדערונגען". דארט קענט איר זעהן אלעס וואס מען האט געענדערט לויט די צייט רייע.
וואס געשעהט ווען צוויי באנוצער פאררעכטן אין די זעלבע צייט?
רעדאַקטירןוויאזוי קען איך מיטהאלטן אלע ענדערונגען צו א געוויסע ארטיקל, אן אהין גיין יעדעס מאל דאס טשעקן?
רעדאַקטירןאן אנדער באנוצער איז זייער ווילד און קריגעריש. וואס טוט מען?
רעדאַקטירןאיך האב געשריבן א גאנצער שטיקל און עס איז נעלם גווארן. פארוואס?
רעדאַקטירןאיך האב פאראכטן אן ארטיקל אבער מיין ענדערונג איז נעלם. פארוואס?
רעדאַקטירןרעדן און שמועסן
רעדאַקטירןוויאזוי קען איך זיך מאכן פארבינדונגען מיט אנדערע מיטגלידער אין וויקפידיע?
רעדאַקטירןקוק אין די הילף בלעטער וועסטו זעהן אז סאיז דא רעדן בלעטער אויף יעדן ארטיקל און אויף יעדן באנוצער בלאט, און דאס איז געמאכט ספעציעל פאר דיין בקשה אנצוקניפן זיך מיט די באנוצער און שמועסן וועגן די ענינים וואס אינטערסירט דיך.
וואו דארף איך אויפקלערן פארוואס איך האב געמעקט עפעס?
רעדאַקטירןאיך זיך גרופע צו שמועסן איבער די יודישע שפראך?
רעדאַקטירןאויף דעם איז לכאורה געאייגענט דער געמיינדע בלאט, און אויך אין דעם רעדן בלאט פון ארטיקל יידיש.
איך וויל מיך אויסקענען מיט וויקפידיע. כדי צו קענען טיילן מיינע אינטערעסן מיט אחים לדעה?
רעדאַקטירןליין די הילף בלעטער און אויך דעם וויקיפעדיע בלאט וועסטו דארטן טרעפן אלעס וואס דו ברויכסט טעכניש צו וויסן ווי אזוי זיך צו באנוצען מיט וויקיפעדיע.
וואס איז דאס א רעדן בלאט?
רעדאַקטירןזוכן און ליינען
רעדאַקטירןוויאזוי קען איך זוכן און טרעפן א געוויסער ארטיקל, וואס איך דארף וויכטיג זעהן?
רעדאַקטירןמעג איך מיך באנוצען און קאפּירן וויקיפעדיע ארטיקלן פאר מיינע אייגענע געברויכן?
רעדאַקטירןאבסעלוט יא.
וויאזוי קען מען וויסן און טראסטן וואס איז אמת, און וואס נישט?
רעדאַקטירןוויאזוי ארבייטן גוגל און יאהו, ביים לייגן אייערע וויקיפעדיע ארטיקלן אין זייערע זוך רעזולטאטן?
רעדאַקטירןהנהלה
רעדאַקטירןווער איז דער אנפירער פון יודיש וויקיפעדיע?
רעדאַקטירןא ליסטע פון אלע מנהלים. די פאלגענדע זענען אין די צייט אקטיוו, די איבעריגע וואס שלאפן קענען זיך אויפוועקן יעדן טאג און נוצן זייער כוח: * גאנגלערי - דירעקטאר. * יודל - סיסאפ. * רוני - סיסאפ. * בן עמי - סיסאפ.
וואסארא כוח האט א מנהל מער ווי א פשוטער באנוצער?
רעדאַקטירןקיין שום כוח נישט. זיין גאנצער ארבייט איז נאר ארויסציווארפן וואנדאלן. אויב נוצט ער זיין כוח אויף צו טוישן אן ארטיקל, מער ווי א נארמאלער באנוצער, איז דאס אביוז אפ פאוער און מען דארף אים באריכטן פאר אן אנדער מנהל אים צו מאכן אויס מנהל.
וויאזוי קען איך זיך איינקויפן א מער אנגעזעהענער ראלע אין וויקפידיע?
רעדאַקטירןכללית'דיג וועט מען דיך דאך נישט מאכן פאר א דירעקטאר אויב דו וועסט גארנישט שרייבן, ווער קודם אן אקטיווער באנוצער וועסטו האבן פיל פיל מאכט, מער ווי די קענסט דיך פארשטעלן. קודם דארפסטו בויען דיין נאמען און צוטרוי ביי די ליינער און שרייבער אלס א דורכגעטראכטער יושר'דיגער מענטש מיט אן אינטערעסע טאקע צו בויען וויקיפידיע ווי דו זאגסט. כדי מ'זאל דיר גלייבן, מוזטו קודם איבערצייגן אז דו מיינסט עס ערנסט. נאר נאכדעם וועסטו באקומען אזא אנגעזעהענער ראלע ווי א דירעקטאר.
וויאזוי קען איך ווערן א שטיקל מנהל, אנפירער אדער סיסאפ?
רעדאַקטירןלייג פאָר דיין בקשה, בעסער אין ענגליש, פאר די הנהלה, און זיי וועלן נאכקוקן ווי שטארק דו פארטראגסט דיך מיט אנדערע. (געדענקט נישט אלעמאל מיינט אסאך געשרייבאכצער א גוטער מנהל, אויב איז מען נישט קיין נוח לבריות נישט קיין חילוק וויפל איר האב אוועקגעגעבן פארן וואוקס פון וויקיפעדיע וועט איר דאך שעכטן דעם עתיד מיט אייער שטרענגע באנעמונג).
א געוויסער סיסאפ באנעמט זיך זייער ברוטאל צו מיר. ער דיריגירט מיך און רודפט מיך, וואס טוה איך?
רעדאַקטירןאיר קענט ארויפברענגן אייערע טענות אין זיין רעדן בלאט, אויך אין געמיינדע. און אויך שיקן פריוואטע אי-מעיל קאמפלעין פאר די אנדערע מנהלים.
פּאַליסי
רעדאַקטירןאיך האלט אז מ'טאר נישט טאן א געוויסע זאך. ווי קען איך פועל'ן ביים וויקיפעדיע אנצונעמען מיין מיינונג?
רעדאַקטירןאויף דעם איז דא די וואלן בלאט, ווי איר קענט פארלייגן וואסארא אישוס איר ווילט דאס זאל ווערן אנגענומען. סוף וואך וועט מען ציילן די שטימען און אויב איר האט גוטע טענות וועט איר האפענטליך געווינען רוב קולות.
וויפל נעמען מעג איך האבן?
רעדאַקטירןדערווייל האט מען נאך נישט באשטימט. דער סיסטעם לאזט צו ביז 6 נעמען פאר איין איי.פי. אדרעס.
דארף איך, אדער מעג איך פינטעלן מיינע ווערטער?
רעדאַקטירןמען דארף נישט. אבער ווערטער וואס די נקודות טוישן דעם באדייט אז מען קען זיך טועה זיין, איז ראטזאם צו פינטלען.