דער מארד פון תאיר ראַדה איז די מארד פון א מיידל אין 8טן קלאס, וואס איז פארגעקומען אין א בית הכסא צעל אין דע " נופי גולן " מיטל שולע אין די קאצרין געגנט דעם 6טן דעצעמבער 2006 .

אין דעצעמבער 2006, איז ראָמאַן זאַדאָראָוו, אַ בירגער פון אוקראַיִנע, וועלכער האָט געאַרבעט אלס פלאסטערער אין דער שולע, אַרעסטירט געווארן, און ער האָט זיך מודה געווען אין דער מאָרד פון ראַדאַ פאר א פאליצייאישע מדובב . ביי די אויספארשונגען האט ער געטענהט אז דער מאטיוו פארן מארד איז געווען דערנידערונגען וואס ראדא האט אים אריינגעגעבן זאדאראוו האט זיך מודה געווען פאר די אויספארשער איבער דעם מארד און עס אויסגעשפילט,, און אין די ראמען פונעם איבערשפילונג האט ער געגעבן א צאל פּרטים וועלכע זענען אין פארשידענע געריכטן אנערקענט געווארן אלס קאָמפּעטענטע דעטאלן [1] [2] . געציילטע טעג נאכן מודה זיין, האָט זאַדאָראָוו צוריקגעצויגן זײַן קאָנפעסיע און דעם 14טן סעפטעמבער 2010 איז זאַדאָראָוו פֿאַראורטיילט געוואָרן אין ראַדאַ'ס מאָרד און פֿאַראורטיילט געוואָרן צו לעבנסלענגליכע טורמע.

זאַדאָראָוו האָט שפּעטער פארגעלייגט עטלעכע אַפּיעלס . זאדאראוו איז נאכאמאל פאראורטיילט געווארן, און אין נאך א אפיעל האט דאס העכסטע געריכט באשטעטיגט דעם שולד אורטייל מיט א מערהייט שטימען. אין איינע פון די אַפּיעלן האָט דער פאַרטיידיגונג דערלאנגט אַן עקספּערט'ס מיינונג, לויט וועלכער א בלוט אפדרוק וואָס איז געפונען געוואָרן אין די בית הכסא וועלכע געהערט נישט צו זאַדאָראָוו, איז אַ שפּור פון אַ מענטש וואָס קען מעגליך זיין דער מערדער. אין רעזולטאט האט ריכטער חנן מעלצער פארארדנט א צווייטע געריכט פאר זאדאראוו, און זאדאראוו איז באפרייט געווארן צו הויז ארעסט אונטער באגרעניצטע באדינגונגען [3] . דער ווידער-משפט האָט זיך געעפֿנט אין סעפטעמבער 2021 אינעם דיסטריקט געריכט אין נצרת, און אין דעם 30סטן מערץ 2023 איז זאַדאָראָוו באַפֿרײַט געוואָרן מיט אַ מערהייט מיינונג. [1] אין דעם 14טן אין מײַ האָט דער לאנד'ס פראקואר געמאָלדן אַז זי וועט נישט אַפּעלירן זײַן פרייהייט. [5]

אין לויף פון די יאָרן, האט די פרשה באקומען ברייטע מעדיע דעקונג. א צאל פילמען און א סעריע זענען ארויסגעקומען איבער דעם און פארשידענע פארבינדונג טעאריעס זענען אנטוויקלט געווארן איבער די אידענטיטעט פונעם מערדער, און איבער די פירונג פון די אויספארשונג און די פראצעס.

דער מארד

רעדאַקטירן
 
מיטל שולע נופי גולן, סעפטעמבער 2016

ראדא איז געבוירן געווארן דעם 4טן יאנואר 1993 אלס מוזשינעקל צו אירע עלטערן, שמואל און אילנה ראדא, פון די עלטסטע איינוואוינער אין קאצרין, זי האט געהאט צוויי ברודער .

אין אַ פּאַטאַלאַגישע פארשונג, איז געפונען געווארן אַז די אורזאך פון ראַדאַ'ס טויט איז געווען דאס פארלירן בלוט אין רעזולטאַט פון אַ שניט אין די קאַראָטיד אדער און אין די האלדז אדער, און די שניטן אויף אירע האנט פלאכן זענען אנגעגעבן געווארן ווי "פארטיידיגונגס וואונדן", און די פאקטן האבן געפֿירט צו די מסקנא אַז ראַדאַ איז ערמארדעט געווארן אין לויף פון אַ רוטינע שולע טאָג.

אין די נאכמיטאג שעות, ווען זי האט געשפעטיגט אנצוקומען אהײם, האט איר מאמע באריכטעט איר פעלן פאר די פאליציי . די פאליציי אפיצירן פון די גולן סטאנציע האבן אנגעהויבן זוכן, און ארום 19:00 נאכמיטאג האבן זיי געפונען ראדא'ס קערפער, ליגנדיג אין איר בלוט אין א צעל פארשפארט פון אינעווייניג אין די מיידל בית הכסא אויפן צווייטן שטאק. נאכן אריינברעכן אין צעל און אן אונטערזוכונג פון די מד"א מאַנשאַפֿט, האט מען געפונען אז איר האלדז איז כאטש צוויי מאל געשניטן געווארן, אזוי אויך איז געפונען געווארן א שניט אויף איר האנט פלאך.

דעם 6טן דעצעמבער 2006, איז ראַדאַ אזויווי יעדן טאג געפארן מיט איר טאַטן אין מיטל שולע "נופי גולן", וואו זי האָט געלערנט אין אכטע קלאס. פֿון די עדות פֿון תּלמידים, וואָס זענען געווען יענעם טאָג אין דער שולע, ווערט שטעלט זיך ארויס, אַז אין דער ריסעס צווישן דער זעקסטער און זיבעטער לערנען־שעה, וואָס האָט זיך אָנגעהויבן 12:50, איז ראַדאַ געווען מיט אירע פֿרײַנד און די שולע הויף, און ווען ריסעס האט זיך גענדיגט בערך 1:05 אזייגער נאכמיטאג, האט זי באשלאסן אויף איר אייגענער איניציאטיוו צו פעלן פון די טעאטער שיעור און איז פארבליבן מיט עטליכע פריינט אין הויף. נאכדעם, ארום 1:30 אזייגער נאכמיטאג, האט זי אינפארמירט אירע פריינד אז זי וויל גיין טרינקען וואסער פון די קראן אין די שולע, און ווען זי איז אריינגעקומען אין די געביידע, האבן צוויי סטודענטן עדות געזאגט אז זיי האבן געזען ראדא אליין ארויפגיין די טרעפ אויפן וועג צו די מיידלעך בית הכסא דארט וואו די מאָרד איז פארגעקומען . זייער עדות איז די לעצטע עדות אין וועלכע ראַדאַ איז געזען געווארן לעבעדיג.

די פאליציי אויספארשונג

רעדאַקטירן

די ערשטע טעג פון דער אויספאָרשונג

רעדאַקטירן

א גאנץ ערשטע אויספארשונג פון די פאליציי האט אויפגעברענגט אז ראדא האט זיך נישט צוריקגעקערט נאך ריסעס צום צווייטן טעאטער לעקציע, און איז געזעסן אין א פערגאלא אין שולע צוזאמען מיט עטליכע פריינד אין הויף. עטלעכע מינוט נאָך די ענדע פון די ריסעס, האט זי זיך אויפגעשטעלט צו טרינקען וואַסער ביי די סינק אין די שולע־געביידע, און האָט זיך מער נישט אומגעקערט. ביים ענדע פון שיעור איז ראדא'ס טאשקע געבליבען ליגן אויף איינע פון די בענקלעך אין קלאס צימער, און די אנדערע שילער האבן פארלאזט די קלאס צימער סוף פונעם שיעור און עס נישט באמערקט.

אין די ערשטע טעג נאך דעם אינצידענט האט די פאליציי געשאצט אז עס רעדט זיך פון א קריגעריי צווישן די קינדער, וואָס האָט עטווענטועל געפֿירט צו די מאָרד אַקט [8] . אין לויף פון די קומענדיגע פאר טעג, זענען געזאמלט געוורן עדות'שאפטן פון פילע עדים [9], פון צווישן די באלייפיג טויזנט מענטשן וואָס זענען געווען צווישן די ווענט פון דער שולע אין דער צייט פון די מאָרד. צווישן אנדערע, זענען צענדליגער שולע סטודענטן איסגעפרעגט געווארן דורך יוגנט אינוועסטיגעטאר און פּאָליצייַ אָפיצירן . טראץ דאס אלעס, האט די פאליציי נישט געפונען קיין פארדעכטיגטער. אין דער זעלבער צייט, האט זיך אנגעהויבן אן אינטענסיווע פאליצייאישע אויספארשונג אויך אין אנדערע ריכטונגען:

יענעם זעלבן אָוונט איז ארעסטירט געווארן א 57-יעריגער עקסצענטרישער היימלאָזער מאן, וועלכער האָט געלייקנט סיי וועלכע פארבינדונג צו די מאָרד, און איז באפרייט געווארן פינף טעג שפעטער, נאכדעם וואס דער אליבי וואס ער האט צוגעשטעלט איז באשטעטיגט געווארן. נא ך זײן באפרײאונג, איז דער שולע־גערטנער, פארהאלטן געװארן פאר צװײ טעג, אבער איז אויך באפרײט געװארן נאכן צושטעלן א באשטעטיגטן אליבי . די פאליציי האט אויך פארדעכטיגט בני סלע, א מאסן סעקס פארברעכער וואס איז אנטלאפן פון ארעסט עטליכע טעג פארן מארד. סעלע איז געכאפט געווארן צוויי טעג נאך דעם מארד און מען האט נישט געפונען קיין באווייזן וואס פארבינדן אים צום מארד. ביי די פאליציי אויספארשונג איז אויך אונטערזוכט געווארן די נאציאנאליסטישע ריכטונג, אבער עס איז אויסגעשלאסן געווארן נאך אינטעליזשענס אפשאצונגען, אז עס רעדט זיך פון אן אויספארשונג ריכטונג מיט שוואכע שאנסן.

דער ארעסט פון רומן זאדאראוו

רעדאַקטירן

דעם 10טן דעצעמבער 2006, איז רומן זאדאראוו אויסגעפרעגט געווארן אן א ווארענונג, אלס טייל פון אויספרעגן אלע מענטשן וואס זענען געווען אין דער געגנט פונעם מארד. זאַדאָראָוו איז געווען אַ קאַנסטראַקציע אַרבעטער געבוירן אין 1978, וואָס האָט געארבעט פֿאַר אַ קאַנטראַקטינג פירמע און ווי טייל פון איינער פון די דזשאָבס, האט ער געפלאסטערט די שעלטער פון דער שולע וואו ראַדאַ האט געלערנט. דער מארד איז פארגעקומען אין זײן לעצטן טאג ארבעט דארט. זאדאראוו איז אנגעקומען קיין ישראל פון אוקראינע אין נאוועמבער 2002, ער האט פארמאגט א טוריסט וויזע, און פארלענגערט זיין אויפהאלטונג עטליכע מאל. אין פעברואר 2005 האט ער חתונה געהאט מיט אולגא, אן ישראל'ישע-בירגער [10] . דאָס פּאָרפֿאָלק האָט זיך אַרײַנגעצויגן וואוינען ביי אָלגאַ'ס עלטערן אין קאַצרין, און אין אָקטאָבער 2006, צוויי חדשים פֿאַרן מאָרד, איז זיי געבוירן געוואָרן זייער עלטסטער זון. זאדאראוו, וועלכער איז נישט קיין איד און איז נישט בארעכטיגט צו אימיגרירן לויטן שבות געזעץ, האט זיך איינגעגעבן צום אינערן מיניסטעריום מיט א פארלאנג צו באקומען בירגערשאפט, א פראצעדור וואס איז ערווארטעט צו דויערן בערך פיר יאר.

אין זיין ערשטן אויספאָרשונג, אָן א ווארענונג, האט זאַדאָראָוו מסכים געווען צו צושטעלן אַ די.ען.עי. מוסטער און פינגעראפדרוקן און אזוי אויך דורכצופירן אַ פּאַליגראַף טעסט [11] . צומארגנס האט מען אויסגעפארשט זאדאראוו, מיט א ווארענונג, אין דער ענדע, איז ער באפרײט געװארן אונטער באגרעניצטע באדינגונגען . דעם 12טן דעצעמבער 2006 איז זאדאראוו געשטעלט געווארן פאר א פאליגראַף טעסט, אין וועלכן ער איז ארויסגעקומען זאגענדיג דעם אמת אויף די פראגע אויב ער האט אומגעברענגט דעם נפטר, און איז ארויס זאגנדיג ליגענט אויף די פראגע אויב ער איז געווען פארמישט אין דעם מארד [12] .

לכתחילה האָט זאַדאָראָוו געלייקנט יעדן פארבינדונג צו דעם מאָרד. אָבער, אין דער נאַכט צווישן 18טן און 19טן דעצעמבער 2006, האָט זאַדאָראָוו דערציילט פאר א מדובב, וועלכער איז אַרײַנגעשטעלט געוואָרן אין זײַן צעל איבער דעם אז ער האט געמארדעט תאיר [1] . זאַדאָראָוו האָט אויסגעשפילט פאַרן מדובב די "פעיקייט פון שניידן אַ האַלדז מיט אַ מעסער", וואָס ער האָט געטענהט אז ער האָט זיך געלערנט נאָכן לייענען אַן אַרטיקל אויפן אינטערנעט . דערצו האָט זאַדאָראָוו אויסגערעכנט די נעמען פֿון די אדערן, וואָס דארפן צעריסן ווערן אינעם האַלדז — כּדי צו מאַכן אַ שנעלן טויט. די שילדערונג, וואס ער האט געשילדערט, האט אויך אנגערירט דעם געדאנק פון שניידן די האלדז, א זאך וואס ער האט לכאורה נישט געקענט וויסן, סיידן ער איז געווען אויף דער סצענע. זאדאראוו האט געגעבן נאך גענויע פרטים - אז דער נפטר האט געטראגן ספארט שיך, און ער איז געווען גערעכט וועגן צוויי פון די פיר שיך-פארבן . ער האט אויך געזאגט אז דער נפטר איז נישט געצווינגען געווארן, א דעטאל וואס איז באטראכט געווארן קאמפעטענט ווייל עס איז נישט געווען באקאנט פארן עולם [14] .

צומארגנס, דעם 19טן דעצעמבער 2006, אין אָוונט, האָט זאַדאָראָוו איבערגעשפילט דעם מאָרד אין פּרטים פאַר די פּאָליציי אויספאָרשער. אין לויף פונעם איבערשפילונג, האט ער געגעבן אַ צאל דעטאלן אויף וועלכע די פראקוער האבן גע'טענה'ט אז עס דארף געזעהן ווערן אלס קאמפעטענט, אַרייַנגערעכנט א שילדערונג פון די ערטער וואו ער האט געשטאכן ראַדאַ, די שניטן וואס ער האט געמאכט אויף איר עלנבויגן נאָך איר טויט, דער אָרט פון די בית הכסא צעל וואו זי איז דערמאָרדעט געווארן פון די צווישן די פיר צעלן, דאס צוצייכענען די פאַקט אַז ער האט פארשפארט די צעל פון אינעווייניג נאָך די מאָרד, און אַ שילדערונג פון ראַדא'ס האָר צוזאמגענומען אין אַ צאָפּא . זאדאראוו האט אויפגעדעקט דעם מאטיוו פארן מארד, וואס איז געווען ווי ער האט געטענהט די זידלונגען און פארשעמונגען וואס ראַדאַ האט אים אריינגעגעבן, נאכדעם וואס ער האט איר נישט געוואלט געבן א ציגארעטל . ער האָט אויך געשילדערט זײַנע געפֿילן: "איך האָב געפֿילט אַביסל האַס, איך האָב געוואָלט אַז זי זאָל פילן ווייטאג, אָבער איך האָב זי נישט געוואָלט דערמאָרדען."

רעפערענצן

רעדאַקטירן