א שפיל איז אן אקטיוויטעט וואס מען טוט פאר פארוויילונג אדער בילדונג. ס'זענען פאראן שפילן וואס מען שפילט אליין, אדער מיט א צווייטן, אדער עטלעכע מענטשן צוזאמען. יעדער שפיל האט געזעצן לויט וועלכע דער שפיל ווערט געשפילט, און א ציל וואס מען זוכט צו דערגרייכן.

טייל האלטן אז א שפיל פאדערט מער ווי איין שפילער וואס שפילן צוזאם; לויט זיי, איז שפיל וואס א מענטש שפילט אליין מער נישט ווי א רעטעניש.

א שפיל דארף נישט זיין נאר צווישן צוויי אדער עטלעכע מענטשן. א שפיל קען זיין צווישן צוויי אדער עטלעכע גרופעס. אין ספארט שפילן געוויינלעך צוויי גרופעס קעגן אנאנד.

א שפיל אן א ציל איז א שפילכל.

סארטן שפילן

רעדאַקטירן