שעלדאן סילווער (געב' דעם 13טן פעברואר 1944 - 24סטן יאנואר 2022) איז דער געוועזענער פארזיצער אויף דער דריט־ צו צווייט־גרעסט מאכטפולסטער פאזיציע אינעם שטאַט פון ניו יארק, ער האט געדינט אלס ספיקער פון דער אסעמבלי הויז אין אלבאני. דאס האט אים געשטעלט בראש פון אלע דעמאקראטן פון ניו יארק.

שעלדאן סילווער
Sheldon Silver
געבורט 13 פעברואר 1944
מאנהעטן, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 24 יאנואר 2022 (אלט 77)
פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
באשעפטיגונג פאליטיקער רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פארטיי דעמאקראטישע פארטיי רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
shellysilver.org
119טער ספיקער פון ניו יארק אסעמבלי
11 פעברואר 19942 פעברואר 2015
(21 יאָרן)
חתימה רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
שעלדאן סילווער

ער איז געווען א פרומער ארטאדאקסישער איד, וואס גייט בלויסן קאפ צוליב זיין ארבעט. ער דינט ווי ראש הקהל פון דער ביאליסטאקער קהילה אין איסט סייד וואס זיין טאטע האט דאס נאך געדינט.

אין אסעמבלי

רעדאַקטירן

ער האט געדינט אין דעם ניו יארק שטאַט אסעמבלי ניין און דרייסיג יאר פונעם ערשטן יאנואר 1977 ביז דעם דרייסיגסטן נאוועמבער 2015

דעם עלפטן פעברואר 1994 איז ער אויפגענומען געווארן אלס דער הונדערט און נייצנטן אסעמבלי ספיקער פון ניו יארק וואו ער האט געדינט איין און צוואנציג יאר – עלף טערמינען

אלע זיינע יארן אין אמט האט ער זייער שטארק ארויסגעהאלפן די יודישע געמיינדע מיט אלע זייערע אלגעלעגנהייטן,

קרימינאלע אויספארשונג

רעדאַקטירן

אום 22סטן יאנואר 2015 איז סילווער ארעסטירט געווארן אויף קארופציע קלאגעס,

זיין טרייעל איז פארגעקומען במשך נאוועמבער 2015, אום דרייסיגסטן נאוועמבער איז געפינען געווארן שילדיג דורך די דזורי אויף זיבן קלאגעס,

דעם דריטן אין מאי 2016 האט עם א ריכטער געאורטיילט צו צוועלף יאר טורמע און א קנס פון פינף מיליאן דריי הונדערט טויזנט דאללאר,

זיינע אדוואקאטן האט אפעלירט די אורטייל, דעם דרייצנטן יולי 2017 האט די אפילס געריכט איבערגעדרייט די אורטייל און עם פריי געלאזט.

שפעטער איז פארגעקומען א פרישע געריכט ווי ער איז דעם עלעווטן אין מאי 2018 ווידער געפינען געווארן שילדיג אין אלע קלאגעס און די ריכטערן האט אים פאראוטיילט צו זיבן יאר טורמע, פינף יאר ווייניגער ווי זי האט עם געגעבן די ערשטע מאל, נעמענדיג אין באטראכט זיין הויכע עלטער,

סילווער האט געדארפט אריינגיין די טורמע דעם פיפטן אין אקטאבער 2018 אבער זיינע אדוואקאטן האבן אפילט די ארטייל אין ער איז ארויסגעלאזט געווארן אויף צווי הונדערט טויזענט דאלער בעיל,

דעם איין אין צוואנציגסטן יאנואר 2020 האט די אפילס געריכט ארויסגעווארפן דריי קלאגעס אבער געלאזט די איבריגע פיר און עס צוריקגעשיקט צום געריכט ווי ער איז פאראורטיילט געווארן דאסמאל צו זעקס אהאלט יאר טורמע און א מיליאן דאללאר שטראף,

אריין אין טורמע

רעדאַקטירן

דעם 26סטן אויגוסט 2020 איז ער אריין אין שער אטיסוויל טורמע אין אפסטעט ניו יארק.

פרעזידענטליכע פארדאן סאמאטוכע

רעדאַקטירן

א טאג פאר פרעזידענט טראמפ איז ארויס פון אפיס האבן עטליכע שלעכטע געהילפער פון טראמפ געליקט צו די מידיע אז די פרעזידענט וויל עם פארדאנען, מיטן ציל אז די מידיע זאל אנהייבן רידערן דערקעגן, און אזוי איז טאקע געווען, ס'איז אנשטאנען א שטוינענדע העצעריי קעגן עם באפרייען און טראמפ האט זיך טאקע אפגעהאלטן פון עם פארדאנען.