שניי ווייס און די זיבן קארליקעס (1937 פילם)

שניי ווייַס און די זיבן קאַרליקעס
Snow White and the Seven Dwarfs
די בארימטע "הײַ האָ" סצענע פונעם פילם, וואס איז אנימירט געווארן דורך שיימוס קאַלהיין
באזירט אויף "שניי ווייס" פון די גרים ברידער
רעזשיסאר דייוויד הענד
וויליאַם קאָטרעל
ווילפֿרעד דזשעקסאן
לערי מארי
פּערס פּירס
בען שאַרפּסטין
פראדוצירער וואלט דיזני
שטימע אקטיארן אַדריאַנע קאַסעלאטי
לוסיל לאַ ווערן
האַרי סטאקוועל
רוי אַטוועל
פּינטא קאלוויג
אטיס האַרלען
סקאטי מעטרא
בילי גילבערט
עדי קאלינס
מאראני אלסען
סטיואַרט בוכאַנאַן
מוזיק פֿרענק טשערטשיל
פּאל סמיט
לי האַרליין
אליווער וואָלאַס
סטודיא וואלט דיזני אנימאציע סטודיאס
פארשפרייטער RKO ראַדיא פֿילמען
פארשפרייט 21סטן דעצעמבער 1937 (פרעמיערע)
4טן פֿעברואַר 1938 (פאראייניקטע שטאטן)
לענג 83 מינוטן
לאנד פאראייניקטע שטאטן
שפראך ענגליש
בודזשעט $1,488,423
הכנסות $416 מיליאן

שניי ווייַס און די זיבן קאַרליקעס (ענגליש: Snow White and the Seven Dwarfs) איז אן אמעריקאנישער אנימירטער פאנטאזיע מוזיקפילם פון 1937. ער איז פראדוצירט געווארן דורך וואלט דיזני פראדוקציעס און באפרייט געווארן דורך RKO ראדיא פילמען. ער איז באזירט אויף דער דייטשער מעשה פון די גרים ברידער. ער איז דער ערשטער פולער לענג טראדיציאנעלע אנימאציע פילם און דער ערשטער פולער לענג דיזני אנימירטער פילם. די מעשה איז אדאפטירט געווארן דורך די סטאריבארד קינסטלער דאראטי אן בלאנק, ריטשארד קרידאן, מעריל דע מאריס, אטא אינגלענדער, ערל הערד, דיק ריקארד, טעד סירס און וועב סמיט. דייוויד הענד איז געווען דער סופערווייזונג רעזשיסאר, און וויליאם קאטרעל, ווילפרעד דזשעקסאן, לארי מורי, פערס פירס און בען שארפסטין האבן רעזשיסירן די פארשידענע סצענעס אינעם פילם.

א שלעכטע מלכּה האט א שפיגל און זי פרעגט "שפיגל, שפיגל אויף דער וואנט, ווער איז די שענסטע פון זיי אלע?" די שפיגל ענטפערט "שניי ווייַס". שניי ווייַס איז פארלוירן אינעם וואלד, און געפינט דער היים פון זיבן קאַרליקעס. זי זויבט זייער היים, און זיי דערלויבן זי בלייבן מיט זיי. די מלכּה געפינט אז דאס הארץ אינעם קעסטל איז פון א חזיר, און זי פארוואנדלט זיך אין אן אלטע מכשפה. דעם ווייטן טאג, זי גייט צו דער היים פון די קאַרליקעס ווען זיי זענען אינדרויסן, און איבערצייגט שניי ווייַס צו בייסן אן עפל, וואס מאכט זי פאלן צו טויט. פלוצעם, די קאַרליקעס יאגן נאך די אלטע מכשפה איבער א פעלד און כאפן זי. זי פרובירט קייקלען א ריזיקער שטיין איבער זיי, אבער בליץ שטרייקט און זי שטארבט. שניי ווייַס ווערט אויפגעוועקט דורכן קוש פון א שיינעם פרינץ.

שטימע אקטיארן

רעדאַקטירן
  • אַדריאַנע קאַסעלאטי אַלס שניי ווייַס
  • לוסיל לאַ ווערן אַלס די מלכּה
  • האַרי סטאָקוועל אַלס פּרינץ חנעוודיק
  • רוי אַטוועל אַלס דאָק
  • פּינטאָ קאָלוויג אַלס בייז און שלאָפֿעריק
  • סקאטי מעטראָ אַלס שעמעוודיק
  • בילי גילבערט אַלס פֿאַרקילט
  • עדי קאָלינס אַלס נאַריש
  • מאָראָני אָלסען אַלס די פֿאַרכישופֿטע שפּיגל
  • סטיואַרט בוכאַנאַן אַלס האַמבערט דער יעגער

וועבלינקען

רעדאַקטירן
 
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: שניי ווייס און די זיבן קארליקעס