שמעון נתן נטע בידערמאן (ירושלים)
רבי שמעון נתן נטע בידערמאן (ה׳ כסלו ה׳תר״ץ - ד׳ אב ה׳תשס״ד) איז געווען לעלאווער רבי אין ירושלים.
ביאגראפיע
רעדאַקטירןרבי שמעון נתן נטע איז געבוירן געווארן אין טבריה צו זיין פאטער, רבי יעקב יצחק, זון פון דעם לעלאווער רבי׳ן פון קראקע, רבי שמעון נתן נטע , און צו זיין מוטער, מרת חוה שרה שיפמאן. ער האט געלערנט אין חיי עולם.
ער האט חתונה געהאט מיט מרת זעלדא פרומא (א׳ כסלו תרצ״ג - י״ז אדר תשע״ז), טאכטער פון רבי דוב בער הירשמאן.
ער האט געגרינדעט די מוסדות ״אור יעקב״ אין ירושלים און אין בית שמש, און די מיידל-שולע ״בית עולות״.
ד׳ אב תשס״ד איז ער נפטר געווארן און מען האט אים באערדיקט אין הר הזיתים.
זיין ממלא מקום איז זיין זון רבי אלטער ישראל בידערמאן.
וועבלינקען
רעדאַקטירן- אם ראשונים כמלאכים (ארכיווירט 09.09.2016 ביי דער Wayback Machine)
- בחדרי חרדים בלאג