שמואל מאלאווסקי (1894, אין סמילע קיעווער געגנט, רוסלענדישע אימפעריע - 1985) איז געווען א חזן, פאלקס זינגער און קאמפאזיטאר.

פון זיין יוגנט האט ער שוין געקענט חזנות'ן, און ביי זיין בר-מצוה איז ער שוין געווען א פולשטענדיגער חזן. קורץ בעפאר זיין אכצנטן געבורטס-טאג האט ער אימיגרירט אין די פאראייניגטע שטאטן, וואו ער האט זיך באקענט מיטן בארימטן חזן יאסעלע ראזנבלאט און איז ארומגעפארן מיט אים זינגען אויף קאנצערטן.

ער האט געדינט אין די שוהלן אין בענסאנהורסט, ברוקלין, אין דער מגן אברהם קהילה אין דיטרויט און דערנאך אין בארא פארק.

ווען זיינע קינדער זענען ערוואקסן געווארן האט ער אנגעהויבן זינגען מיט זיינע זין און טעכטער ביים עמוד און קאנצערטן, וועלכע איז באקאנט געווארן אין דער וועלט אלס משפחת מאלאווסקי.

ער האט נישט געוואלט זינגען אין א רעפארם טעמפל ווייל ער איז געווען פרום און האט געדאווענט אויף דער ארגינעלער נוסח התפילה, און אין א ארטאדאקסישן האט מען אים נישט געלאזט ווייל ער האט געזונגען מיט זיינע טעכטער ממילא פלעגט ער דאווענען אין אן אייגענעם זאל וועלכע מען פלעגט דינגען ספעציעל לכבוד די ימים נוראים.

ער זינגט צוזאמען מיט יאסעלע אויף אפאר ניגונים און שטיקלעך ווי "אויף סעודה'ניו" און נאך.

ער פלעגט מקפיד זיין צו עסן נאר כשר'ס.

וועבלינקען

רעדאַקטירן