שמואל וויגאדאַ (ח תשרי ה'תרנ"ה - ה'תש"ן) איז געווען א חזן. ער ווערט גערעכנט אלס זקן החזנים און פון די לעצטע פון דער גאלדענער תקופה פון חזנים.[1]

שמואל וויגאדא
פאך קאמפאזיטאר רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

יונגע יארן

רעדאַקטירן

דער חזן שמואל וויגאדא איז געבוירן אין פוילן אין יאר תרנ"ה, אין דאברין, פלאצקער גובערניע.

זיין פאטער איז געווען רבי פייוויש, אן ארטאדאקסישער ייד און דער שטאָט-חזן אין דאָברין (און פון בערך תר"ס אין ווערבוי, אונגארן).

אין זיינע בחור'ישע יארן האט מען אים געשיקט לערנען אין דער בארימטער גאלאנטער ישיבה אין אונגארן און דערנאך אין פרעשבורג ביי רבי עקיבא סופר.

אלס יינגל האט ער שוין געזינגען ביי זיין פאטער און אין דער כאר פון פארשידענע חזנים, צווישן זיי ביי חזן יאסעלע ראזענבלאט אין פרעשבורג, וואו ער האט געהאט א שם אלס וואונדערבארער סאָליסט.

אין 1910 איז ער געגאנגען זינגען אין דער ארטאדאקסישער שוהל אין קלויזנבורג און פינעף יאהר שפעטער האט ער געמוזט איינריקן אין מיליטער. דערנאך איז ער געווארן אויפגענומען אלס חזן אין דער ארענא שוהל אין בודאפעשט.

אין יאר תרפ"ג איז ער געקומען קיין אמעריקע, וואו ער איז געווען חזן אין דער בני ישראל שוהל און האט פארנומען א חשוב ארט אין עולם החזנות.

אינעם זומער פון 1922 האט ער אונטערגענומען א קאנצערט טור אין אסאך אייראפעאישע לענדער. ער האט געזינגען אין דער שווייץ, טשעכאסלאוואקיי, האלאנד און פראנקרייך, און ער האט א באגייסטערטן נאמען געקריגן דארט.

ער איז אויך געווען א "ספרא רבה" און האט אויף זיין עלטער באשריבן זיינע מעמארן און אינטערעסאנטע אנעקדאטן וואס ער האט געהאט מיט די גרויסע חזנים פון זיין צייט.‏[2]

ס'איז באקאנט די מעשה וואס ער האט געהאט מיט חזן ראזנבלאט, אז ער האט אמאל פרובירט נאכצוזינגען דאס שווערע שטיקל אמר ר' אלעזר פון יאסעלע, אבער ביים לאנגן דריי פון שלוה האט ער זיך אויסגעגליטשט, אבער ר' יאסעלע האט אים בארואיגט אז ס'איז גארנישט עס פאסירט ביי אים אויך.

ביי דער עלטער פון פינעף-און-נייציג האט ער נאך אויפגעטרעטן און געזונגען אויף א קאנצערט לכבודו אין תל אביב.

ער איז אוועק בשם טוב אין א טיפן עלטער נאנט צו די הונדערט יאר.

קאמפאזיציעס

רעדאַקטירן
  • השיר שהלויים
  • מי שעשה ניסים
  • שומר ישראל

רעפערענצן

רעדאַקטירן
  1. שמואל וויגאדא (פון זשעפרי שיסלער) (אויף ענגליש)
  2. אינעם בוך Legendary Voices: The Fascinating Lives of the Great Cantors , ניו יארק, 1981

וועבלינקען

רעדאַקטירן