שמואל אבא פון זיכלין
רבי שמואל אבא פון זיכלין (י"ט כסלו ה'תק"ע - כ"ו אלול ה'תרל"ט) איז געווען א רבי פון חסידים אין דעם פינפטן דור פון חסידות, און האט געגרינדעט דעם זיכלינער הויף.
פאך | רב |
---|---|
ביאגראפיע
רעדאַקטירןרבי שמואל אבא איז געבוירן געווארן י"ט כסלו תק"ע אין לויוויטש, פוילן, צו זיין פאטער הרב זעליג, א זון פון רב איציקל און דבורה די טאכטער פון רבי פישל סטריקאווער, און זיין מוטער יוטל.
זיינע תורות
רעדאַקטירןזיינע תורות זענען געדרוקט אינעם ספר "להב אש" פון זיין אייניקל רבי אפרים מאיר גד זיכלינסקי.[1]