שלמה זלמן אולמאן (מאקאווא)

הרב שלמה זלמן אולמאן (נפטר י"א טבת ה'תרכ"ג), דער בעל יריעות שלמה, איז געוועזן רב אין דער שטאט מאקאווא.

שלמה זלמן אולמאן
פאך רב רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 1893 רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

ער איז געוועזן דער זון פון הרב שלום אולמאן און דער זיידע פון הרב שלמה זלמן אולמאן דער רב פון ביסטריץ און פרעזעס פון דער ארטאדקסישער קאנצעליי פון זיבנבערגן.

ער האט חתונה געהאט מיט א טאכטער פון הרב בונם אייגער פון מאטערסדארף.‏[1]

הרב שלמה זלמן איז נפטר געווארן דאנערשטיק ביינאכט י”א טבת תרכ”ג אין מאקעווע, און מען האט באערדיגט אינעם ארטיגן בית החיים זונטיק י"ג טבת.

דער יריעות שלמה איז געדרוקט געווארן דורך הרב פינחס זעליג שווארטץ פון מאד, אן אייניקל פון דעם מחבר הרב שלמה זלמן אולמאן.‏[2] שפעטער אין יאר תשס"ט האט זיין אייניקל הרבני הנגיד הרב חיים ארי' שפיטץ ארויסגעגעבן לאור עולם זיינע תשובות, אונטערן נאמען שאלות ותשובות יריעות שלמה, נאך יארן הארעוואניע איבערצוזעצן די אלע כתבים און מגיה זיין.

רעפערענצן

רעדאַקטירן