שלום היילפרין
רבי שלום היילפרין זצ"ל (ט"ו שבט ה'תר"ח - כ"ד מנחם אב ה'תרצ"ט), פון וואסלוי.
אפשטאם
רעדאַקטירןרבי שלום איז געבוירן ט"ו שבט ה'תר"ח צו זיין פאטער הרב דוד היילפרין פון בארדיטשוב, אן אייניקל פון הרב יחיאל היילפרין, פון מינסק, דער פארפאסער פון "סדר הדורות", און צו זיין מוטער מרת לאה א טאכטער פון הרב ישראל פרידמאן דער הייליגער רוזשינער.
רבנות
רעדאַקטירןפון פריסטן יוגנט איז רבי שלום געווען אן אויסנאמער מתמיד, אויך נאך זיין חתונה איז ער געזעצען אכצן שטונדן א טאג אין געלערנט.
אומגעפער אין יאר ה'תרנ"ו לויט דעם באפעל פון זיין שווער, האט רבי שלום אנגעהויבן פראווען זיין רביסטעווע אין רדוקנען אין די אוגעבונג פון וואסלוי. יארן שפעטער ווען מען נישט געפאלגט רבי שלום און מען האט געעפנט א פרייע שולע אין רדונקען האט רבי שלום פארלאזט די שטאט, און איז געווארן אויפגענומען אין וואסלוי.
רבי שלום איז געווען באקאנט אלס א געוואלדיגער עקסטרעמיסט (קנאי) און א גרויסער קעמפער קעגן דער ציוניסטישער באוועגונג, ער האט דערפאר נישט געוואלט ניצן אן אתרוג פון ארץ ישראל, מ'זאל נישט מיינען אז ער שטיצט די ציוניסטן.
הסתלקות
רעדאַקטירןרבי שלום איז נפטר געווארן כ"ד מנחם אב ה'תרצ"ט, און ליגט אין וואסלוי.
פאמיליע
רעדאַקטירןרבי שלום האט געהייראט בזיווג שני מרת חנה שרה א טאכטער פון הרב יצחק פרידמאן פון באהוש. זייערע קינדער:
זעט אויך
רעדאַקטירןרעפערענצן
רעדאַקטירן- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
- נר ישראל ח"ו בערכו (53)