שלום האלבערשטאם
אפשטאם
רעדאַקטירןרבי שלום איז געבוירן אין יאר ה'תרט"ו, צו זיין פאטער הרב ברוך האלבערשטאם, דער גארליצער רב, א זון פון הרב חיים האלבערשטאם, דער דברי חיים. און צו זיין מוטער מרת פעסיל א טאכטער פון סיגוטער רב, הרב יקותיאל יהודה טייטלבוים, דער ייטב לב.
רבנות
רעדאַקטירןאין יאר ה'תר"ן (אומגעפעהר) ווען רבי שלום'ס ברידער רבי הערשע'לע איז געווארן רב אין רודניק איז רבי שלום געווארן רב אין ניסקא
הסתלקות
רעדאַקטירןרבי שלום איז אומגעקומען אין די צווייטע וועלט קריג אויף קידוש השם ה'תש"ב, הי"ד.
פאמיליע
רעדאַקטירןרבי שלום האט געהייראט א טאכטער פון זיין פעטער הרב משה יוסף טייטלבוים, אן איידעם פון זיין עלטער-פעטער הרב דוד האלבערשטאם, דער קשאנאווער רב. זייערע קינדער:
- הרב חיים בן-ציון האלבערשטאם, פון פאדגארזע און קראקא, ער האט געהייראט מרת לאה, די טאכטער פון הרב נפתלי האלבערשטאם. זייערע קינדער:
- הרב מנחם האלבערשטאם.
- הרב יהושע האלבערשטאם.
- די ווייב פון הרב מנשה יחזקאל פרענקל פון לימונוב
רעפערענצן
רעדאַקטירן- י"ג אורות - סיפורים דערציילט דורך רבי יענקלי לייזער דער פשעווארסקער רבי - ארויס געגעבן דורך זיין אייניקל הרב יוסף נפתלי וואגשאהל, ה'תשנ"ד
- דברי ברוך - ברוך שאמר, הרב ליפא זילברמאן, ה'תשנ"ט
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר