שלום דובער וואלפע
רבי שלום דובער הלוי וואלפע (געבוירן י״א אדר א׳ ה'תש"ח, 21סטן פעברואר 1948) איז דער ראש כולל פונעם ׳רמב"ם השלם אנשטאלט׳ אין ביתר עילית. ער איז אויך דער הויפט פון דער וועלט הויפטקווארטיר פאר דער ישועה פון פאלק און לאנד און דער געוועזענער ראש פון דער אונדזער ארץ ישראל פארטיי.
געבורט |
1948 (אלט 76 בערך) ירושלים |
---|---|
מדינה | ישראל |
באלאנג | ליובאוויטש |
וועגן אים
רעדאַקטירןער איז געבוירן געווארן און דערצויגן אין ירושלים צו יפֿה, טאכטער פון רבי עזריאל זעליג סלאנים, און יצחק וואלפע (ברודער פון הרב יהודה דוד וואלפע). ער האט געלערנט אין יישוב אין תל אביב, אין קול תורה און תומכי תמימים אין כפר חב"ד. אין תשכ"ז איז ער געגאנגען לערנען אין תומכי תמימים 770 אין ניו יארק.
נאָך זיין חתונה, אונטער דער אָנפירונג פונעם ליובאַוויטשער רבי’ן, איז ער אריבער קיין קרית גת און געפירט די חב”ד ישיבה און אַ נעץ פון חב”ד מוסדות חינוך אין דער שטאָט. נאכדעם וואס די אינסטיטוציעס זענען אריינגעפאלן אין שווערע פינאנציעלע שוועריקייטן, האט ער איבערגעגעבן די ישיבה צו רבי משה הבלין .
אין 2006 האָט ער געגרינדעט דעם "רמב"ם השלם" אנשטאלט אין ביתר עילית, וואָס האנדלט זיך מיט דעציפערירן און דערקלערן דעם יד החזקה פונעם רמב"ם. אין תשס״ז דער ערשטער באנד איז ארויס ווי א טייל פונעם פראיעקט, אויף הלכות שבת, פרקים א-ד. אין 2010 האט ער זיך אריבערצויגן קיין ביתר עילית.
ציבור טעטיקייט
רעדאַקטירןוואלפע איז פון די אנגעזעענסטע מנהיגים פונעם משיחיסטישן שטראם פון חב"ד, ער האט געשטיצט דאס ארויסגעבן די אידענטיפיצירונג פונעם ליובאַוויטשער רבי'ן אלס משיח ביים לעבן פונעם רבי'ן, און דער רבי האט אים אנגערופן דערוועגן און אים געווארנט זיך אפצוהאלטן פון אזא אקציע אין די צוקונפֿט.
אונדזער ישראל באַוועגונג
רעדאַקטירןאין 2008 האט ער געגרינדעט צוזאמען מיט ברוך מערזל די ״אונזער ארץ ישראל״ פארטיי, וועלכע איז געלאפן אין די וואלן צו דער 18טער כנסת (תשס"ט) אלס א טייל פון דער נאציאנאלע אחדות רשימה, און האט געפועלט צום אריינגאנג פון איר פארשטייער ד"ר מיכאל בן ארי צו דער 18טער כנסת. אין די וואלן צו דער 19טער כנסת האט וואלפע געשטיצט די אידישע היים פארטיי אונטער נפתלי בענעט, צוליב דעם און נאך אנדערע סיבות האבן די רבנים פון ״אונזער ארץ ישראל״ פארלאזט זיין באוועגונג.[1]
משפחה
רעדאַקטירןצווישן די קינדער פון הרב וואלפע זענען:
- נחמה דינה (נחמי) ווייב פון הרב נחמיה ווילהעלם, שליחי חב"ד אין באַנגקאָק
- הרב עזריאל זעליג, רב אין ישיבת אמת תורה (חב"ד) אין ירושלים.
- רבי צבי הירש, חב"ד שליח אינעם יישוב עומר.
רעפערענצן
רעדאַקטירן- ↑ מוסטער:בחדרי חרדים; יוסי חסיד, נמשך גל פרישת הרבנים מתנועת ארץ ישראל שלנו, כ״ז בכסלו תשע״ג, באתר JDN - ‘אידישע טעגליכע נייעס’.