מאנגאן
מאַנגאַן (Manganese) איז אַ כעמישער עלעמענט מיט כעמישן סימבאָל Mn און אטאם נומער 25. מאנגאן איז א איבערגאנג מעטאל מיט וויכטיגע אינדוסטריעלע באניצן אלס א געשמעלץ מעטאל. מען ניצט מאנגאן דיאקסיד פארן קאטאד אין באטעריעס.
פארשידענע ניצן פון מאנגאן:
- מען גיט אריין מאנגאן אין בענזין צו שיצן דעם מאטאר.
- מאנגאן ווערט אויך געניצט צו פארבן גלאז—דאס האבן שוין די רוימער און די עגיפטישע געוואוסט.
- קאליום פערמאנגאנאט (KMnO4) ווערט אפט געניצט אין ארגאנישער כעמיע.