שווארצער סעפטעמבער

(אַריבערגעפֿירט פון שווארצע סעפטעמבער)

שווארצער סעפטעמבער (אַראַביש: ايْلول الاسوَد) איז איז געווען א פאלעסטינער טעראר גרופע, וואס איר נאמען נעמט זיך פון א געשעעניש, וואס איז פארגעקומען אין יארדאניע אין חודש סעפטעמבער 1970, ווען כוסיין קעניג פון יארדאניע האט פארארדענט די יארדאנישע מיליטער זאל אונטערברענגען אן אויפשטאנד, און אויך אלס נקמה אין אן אטענטאט פארזוך, וואס די פאלעסטין באפרייונג ארגאניזאציע האט פרובירט דורכפירן קעגן אים. אירע הויפט אקטיוויטעטן זענען געווען אין די 1970ער יארן.

פירערשאפט

רעדאַקטירן

די גרינדונג איז פארגעקומען מיט דער שטיצע פון יאסער אראפאט, מיטן ציל נקמה צו נעמען אין כוסיין קעניג פון יארדאניע, וואס האט גורם געווען צו טויזנטער אומגעקומענע פאלעסטינער , און דאס פארטרייבן די פע על א קיין ביירוט, לבנון.

אנדערש פון אלע אנדערע טעראר גרופעס און ארגאניזאציעס, איז די שווארצע סעפטעמבער געווען א געהיימע גרופע, און גאר ווייניג מענטשן האבן בכלל געוואוסט פון איר עקזיסטענץ. אראפאט האט באשטימט זיין וויצע אין פאטאך אנפירערשאפט, אלס הויפט פון טעראר גרופע. זיין נאמען איז געווען סאלאך כאלעף, אדער באוויסט מיט זיין צונאמען אבו איאד. צוישן אנדערע האבן זיך געפונען אינעם גרופע מאכאמעד אאודע, אדער באוויסט אלס אבו דאוויד, דער קאפשטיק פון די ישראלדיקער ספארטלער אומקום ביי דער מינכן אלימפיאדע, וואס איז פארגעקומען אין יאר 1972 אין מינכן, דייטשלאנד. דער מח פון גרופע איז געווען "עלי כאסאן סאלאמע", גערופן אויך דער רויטער פרינץ.

דער איינציקסטער מענטש, וואס האט געוויסט וויפיל טעראריסטן, געהערן אן דעם גרופע איז געווען אבו איאד, ער האט נאר אריינגעלאזט זיינע פערזענלעכע תלמידים און נאכפאלגער. אויסער דעם זענען געווען צווייטע ראנג טעראריסטן, וואס זייער אויפגאבע איז געווען העלפן די ערשטראנגיקע טעראריסטן, מיט לאגיסטיקס, הילף געווער, און סתם שפיאנירן. רוב מענטשן פון די צווייטע קאטעגאריע האבן זיך געפונען אין אייראפע, וואס האבן דארט געוווינט אדער שטודירט.

דער הויפט ציל פון די גרופע איז געווען נקמה נעמען אין יארדאניע. די ערשטע אקט זייערע איז געווען, דאס אומברענגען א נאנטע ראטגעבער, צו קעניג כוסיין, וואספי טאל איז געוען א באוויסטע קעגנער פון פע על או, און ער האט איבערצייגט די קעניג, אונטערצו נעמען שריט קעגן די פאלעסטינער. זייער קומענדיקע אקט איז געווען אן אטענטאט פארזוך, קעגן דער יארדאנישער אמבאסאדאר, אין לאנדאן, וואס האט זיך געענדיקט מיט א דורכפאל, יענעמס האנט איז צומאלן געווארן אין די באמבע. ביז אין מיי 1972, האבן זיי דורכגעפירט מערערע אטאקעס קעגן יארדאנישע צילן בעיקר.

אין ישראל, האט געהערשט די מיינונג, אז וואס עס ליגט דעם טעראר גרופע אויפן קאפ, איז בלויז יארדאניע. אבער ווען א פליגער פון סאבענא לופטליניע איז פארכאפט געווארן, איז עס שוין געקומען אלס א ווארענונג, עס זענען נאך געווען אזעלכע וואס האבן געטענהט, אז עס קומט דערפאר ווייל ישראל איז נאט צו יארדאניע. אבער ביי דער אלימפיאדע יענע יאר. האבן זיי דורכגעפירט זייער מערסט באוויסטע און בלוטיקסטע אטאקע, אויפן 6טן סעפטעמבער 1972. עלף ישראלדיקע ספארטלער זענען אומגעקומען אין די אטאקע.

דעצעמבער 1972, האבן טעראריסטן פון די טעראר גרופע, פארכאפט די ישראלדיקע אמבאסאדאר איינגעשטעלטע, אין באנגקאק, טיילאנד. אויך האבן זיי פארכאפט די סאודי אראביע אמבאסאדאר איינגעשטעלטע אין כארטאם, סודאן.

גאלדע מאיר, אין שפיץ פון ישראל רעגירונג, האט באשלאסן אונטערצונעמען א נקמה אקציע, און אונטערברענגען די טעראר גרופע, די מוסד (אגענטור) איז געווען פאראנטווארטליך, אין אן אפעראציע גערופן "גאטס צארן". רוב טעראריסטן וואס זענען געווען פארמישט אין די אטאקעס קעגן ישראל, זענען אומגעברענגט געווארן אין מיסטעריעזע אטאקעס, אין עטליכע לענדער ארום די וועלט. אין 1973 זענען דריי הויכראנגיקע אנפירער פון די טעראר גרופע אין אן אקציע פון צה"ל אין לבנון, מיטן נאמען אביב נעורים. אין יאר 1979 איז דער קאמאנדיר, "עלי כאסאן סאלאמע" אומגעקומען אין א באמבע אויפרייס, אויך אין ביירוט.