שביעי של פסח איז טייטש דער זיבעטער טאג פסח.

דעם זיבעטן טאג פון ווען די אידן זענען ארויס פון מצרים איז געשען א נס און די ים סוף האט זיך געשפאלטן פאר זיי, די מעשה איז צוגעגאנגען ווי פאלגענד

די אידן זענען ארויס פון מצרים דעם 15סטן טאג אין ניסן זיי זענען געגאנגען ווייטער און ווייטער פון מצרים, 3 טעג נאכדעם, דאס הייסט אין דעם 18סטן אין ניסן האט פרעה צוריקגעצויגן און געוואלט נאכיאגען די אידן און זיי צוריק ברענגען קיין מצרים, פאר די צוועק האט ער איינגעשפאנט א מיליטער פון 600 רייטער און נאך.

זיי האבן אנגעפאנגען נאכיאגען די אידן, די אידן האבן אנגעפאנגען אנטלויפן ביז זיי זענען אנגעקומען צום ים סוף דעם 21סטן אין ניסן וואס איז שביעי של פסח.

ווען די אידן זענען אנגעקומען צום ים סוף האבן זיי זיך זייער דערשראקען ווייל זיי האבן נישט געוואוסט וואס ווייטער, און האבן זיך געשראקן אז די מצריים וועלן זיגען, האבן זיי זיך גענומען וויינען צו משה רבינו. האט משה זיי געזאגט זיי זאלן שטיל און גאט וועט שוין קריגן מיט די מצריים.

דערנאך האט גאט געזאגט פאר משה, זאג די אידן זאלן אריין גיין אין ים, משה האט דאס איבער געזאגט פאר די אידן, איז געווען דארט איינער מיטן נאמען נחשון בן עמינדב ער איז שפעטער געווען א נשיא פאר שבט יהודה, און ער האט גלייך אריינגעשפריגען אין וואסער, ערשט ווען דאס וואסער איז געווען ביי זיין גענאקן האט זיך עס געשפאלטן.

ווען דאס וואסער האט זיך געשפאלטן זענען אלע אידן אריבער די ים סוף, און די מצריים האבן אנגעפאנגען נאכיאגען די אידן איבער די וואסער, נאר דא איז געשען נאכאמאל א נס, ווי נאר די מצריים האבן אנגעפאנגען אריינגיין אין וואסער, איז דאס וואסער צוריק געגאנגען צו איר פריערדיגער שטארקייט און די מצריים זענען דערטרינקען געווארן.

  • ווען דאס וואסער איז געשפאלטען געווארן איז עס גשפאלטן געווארן אין 12 טיילן אזוי אז יעדער שבט האט געהאט זיין דורכגאנג.
  • מען האט געקענט אדורך קוקען פון איין טייל צו די צווייטע, נישט אז מען זאל מיינען אז נאר זייער שבט איז אריבער דעם וואסער.
  • די וועגן זענען געווען שיין אויסגעפלאסטערט מיט געוויקסן אויף דער זייט.
  • ווען מען איז ארויס געקומען פון דעם וואסער האבן די אידן געזען אלע מצריים טויט, און די מצריים האבן געהאט אויף זיך אסאך טייערע גאלדענע תכשיטין, און די אידן האבן דאס אלעס צוגענומען און געווארען זייער רייך פון דעם.

שביעי של פסח איז דער איינציגער יום טוב ווען מען מאכט נישט קיין ברכה שהחיינו.


אחרון של פסח רעדאַקטירן

אין חוץ לארץ פייערט מען אויך דעם נעקסטן טאג, כ"ב ניסן, יום טוב. דער אכטן טאג פון פסח ווערט גערופן "אחרון של פסח". ס'איז פאראן א מנהג אין עטלעכע קרייזן צו פראווען א סעודה אחרון של פסח נאכמיטאג.