שאול'ס זוהן

אונגערישער פילם

שאול'ס זוהן (אונגעריש: Saul fia) איז א 2015 דראמאטישער אונגערישער פילם וועלכער דרייעט זיך ארום ס'לעהבן אויף איינע פון די זאנדערקאמאנדאו'ס אין אוישוויץ אין צייט פון די צווייטע וועלט מלחמה, דירעקטיהרט דורך לעסלאו נעמעש.

די שפראכן אינעם פילם זענען אביסל אונגאריש, און אויך פויליש, דייטש און פארשיעדענע דיאלעקטן פון יודיש - צו רעפרעזענטיהרן די פילע מענטשן פון אלע פלעצער און הינטערגרונטן וועלכע זענען געבראכט געווארן קיין אוישוויץ.

דורכאויס דעהם פילם, זעהט מען נאר די אפעראציעס אינעם לאגער פארנעהפּלט, ארויסצוברעהנגען די צעמישטקייט און אומקלאהרע אומשטענדן אינטער וואס יעהדער האט דארט געלעהבט.

שאול אויסלענדער, אן אונגארישער קאצעטניק וועלכער ארבעט ביי די גאז קאמערן, דערקענט אין א קינד וועלכע איז נישט אינגאנצן געשטארבן פון די גאז, זיין לייבלעכער זוהן און ער איז אויף אן אוממעהגלעכער מיסיע עהם צו באגראהבן כהלכה. און צוליעב וואס ער ווייסט גאהר ווייניג פון יודישקייט, זוכט א רב וואס זאל עהם העלפן.

אויסצייכנונגען

רעדאַקטירן

דער פילם האט געווינען דעהם אסקאר און גאלדען גלאוב פאר בעסטע פרעמדע פילם פון 2015.

וועבלינקען

רעדאַקטירן