רעדן:פאסט טאג

(אַריבערגעפֿירט פון רעדן:תענות)

א שיינע סימן די שאלה צו עס פאסט צו זיין אין די ארטיקל.

”זכר - נקיבה, שווארץ - ווייס, און לאנג - קורץ. זכר איז צום גדליה ווייל די תענית הייסט נאך א זכר, נקיבה איז תענית אסתר ווייל די תענית הייסט נאך א נקיבה, שווארץ איז תשעה באב ווייל די תענית איז פאר אבילות וואס איז אנגעטאן שווארץ, ווייס איז יום כיפור ווייל די תענית איז פאר די יום טוב וואס גאט פארגעבט אלע אידען זייער זינד, לאנג איז י"ז בתמוז ווייל די טאג איז זייער לאנג, און קורץ איז עשרה בטבת ווייל די טאג איז זייער קורץ.”

ביטע דיסקוסירן. ►רוני◄ 08:33, 17 סעפטעמבער 2006 (UTC)

כ'האב געטראכט דערוועגן ווען כ'האב דאס געשריבן, און למעשה דאן מחליט געווען אז עס האט יא א פשט וויבאלד מען פרובירט צו שרייבן וועגן אלע זעקס תעניתים. כ'וואלט געוואלט הערן וואס אנדערע זאגן אויף דעם. אויב זענען דא נאך וואס האלטן אז עס פאסט נישט דאן זאל דאס אראפגיין. --שמאלץ רעדן / בליץבריוו 19:05, 17 סעפטעמבער 2006 (UTC)

אָנהייבן אַ דיסקוסיע וועגן פאסט טאג

אָנהייבן אַ דיסקוסיע
צוריק צו "פאסט טאג" בלאט.