וואס איז בעסער? עסן אדער עסנווארג? ►רוני◄ 15:23, 1 בספטמבר 2006 (UTC)

עסנווארג. גוט האסט דאס באוועגט. --קאצקער 15:42, 1 בספטמבר 2006 (UTC)
איך מיין אז די ארטיקל דארף זיין מער א "רשימה" אלץ אן ארטיקל, ווייל יעדע סארט עסנווארג דארף דאך א באזונדער ארטיקל, ווי פיש, פלייש, מילעך, אייער, האניק, תבואה און אנדערע געוויקסן. ►רוני◄ 16:01, 1 בספטמבר 2006 (UTC)
עס איז דא רעכט צו וואס דו זאגסט. אבער אויך זענען דא נושאים פון גאנצן כלל עסנווארג, ווי די פארשידענע מינים וואס מען ברויך פאר געזונד, אייגנארטיגע עסנס פון איבער דער וועלט, פראבלעמען ווי איבערוואג און ארעמקייט, טאבוס פון עסן (ביי אידן און ביי אנדערע), וכדו'. איך וואלט געראטן מען זאל בעיקר שרייבן אויפ'ן כללות פון עסן, און אויב האט מען אסאך פרטים אויף איין מין זאל מען דאס לייגן אין אן עקסטערן ארטיקל. --קאצקער 16:23, 1 בספטמבר 2006 (UTC)

איך מיין אז וויטאמינען איז דא אין יעדע מאכל, און ס'שטימט נישט צו מאכן א באזונדער פאראגראף איבער דעם. אין אלגעמיין פראביר איך טראכטן וואס פארא ארטיקל קען מען דא שוין שרייבן, און איך קום מיך נישט ארויס מיט עפעס ערנסט. ►רוני◄ 23:10, 2 בספטמבר 2006 (UTC)

אָנהייבן אַ דיסקוסיע וועגן עסנווארג

אָנהייבן אַ דיסקוסיע
צוריק צו "עסנווארג" בלאט.