תנאים האבן געמאכט די תפילה

רעדאַקטירן

ווי איז די מקור אז תנאים האבן געמאכט די תפילה?--שמאלץ רעדן / בליץבריוו 22:01, 11 אקטאבער 2006 (UTC)

ביי די העברעישע וויקיפעדיע. זעה אויך דא ►רוני◄ 23:16, 11 אקטאבער 2006 (UTC)
רוני א דאנק פאר די מקורות, עס איז אבער היבש אינטערסאנט, וויבאלד די אלע ראוית ברענגן נאר ווי עלינו ווערט דערמאנט ערשט, אבער קיין איין מקור פרעגט נישט אפ אז יהושע האט דאס מתקן געווען. אין אנדערע ווערטער אפילו אויב די ערשטע מקור איז ספרות ההיכלות והמרכבה וואס איז פון אמוראים, דאס מיינט נאך נישט אז יהושע בין נון האט דאס נישט געמאכט.--שמאלץ רעדן / בליץבריוו 01:07, 12 אקטאבער 2006 (UTC)
מיט א קליין באזוך אין גוגעל זעה איך אז אויך ביי די יידישע ספרים שטייט אז נאר לויט רב האי גאון איז דאס מתוקן געווארן דורך יהושע בן נון. און עס איז נישטא קיין מסורת דערפון. ►רוני◄ 08:23, 12 אקטאבער 2006 (UTC)
דאס אז רב האי גאון ברענגט דאס איז אליין א מסורה. דער יעב"ץ ברענגט דאס אויך, און אזוי אויך דער של"ה ברענגט דאס אויך. עס וואלט מיך נישט אנגעגאנגן סתם אזוי. נאר איך זעה דא ווי די פארשער האבן נאר געזוכט די ערשטע פלאץ ווי דאס איז פארשריבן און נישט ווער האט דאס מחבר געווען.--שמאלץ רעדן / בליץבריוו 18:34, 16 אקטאבער 2006 (UTC)
דער יעב"ץ מיטן של"ה האבן געלעבט 600 יאר נאך רב האי גאון. די חוקרים פארלאזן זיך נישט אויף א מסורת. ►רוני◄ 18:58, 16 אקטאבער 2006 (UTC)
אין ערוך השלחן אויך לקוטי מהרי"ח וואס זענען ממש לעצדיגע, שטייט אן קיין שום חילוקי דעות בשם "הקדמונים" (וואס רב האי גאון איז פארעכנט פאר א קדמון) אז עס איז נתקן געווארן ע"י יהושע בכיבוש יריחו. נאך א זאך, רוני, WITH ALL DUE RESPECT, איך מיין אז דער היברעאישער וויקיפידיע איז פיל מיט עמי הארצות, און איך מיין אז מ'זאל טראכטן צוויי איידער מ'נעמט עפעס פון דארט, חוץ אויב זיי האבן עפעס א מקור, למשל די שבע מצוות בני נח, זאג איך נאך אלס אז עס האט נישט קיין שום פירוש, און עס קומט פון דארט--געוואלד 19:00, 16 אקטאבער 2006 (UTC)
רוני איך בין מסכים מיט דיר אז ווען א חוקר ברענגט עפעס א באווייז אנטקעגן א מסורה אז זיי פארלאזן זיך נישט אויף דעם. אבער דא האבן זיי קיין שום באווייז. און דאס אז זיי פארלאזן זיך נישט אויף מסורה איז שקר - נישט פון דיר פון זיי די חוקרים - ווייל די איינציגסטע וועג וואס מען ווייסט אויף וואספארא אבר מילה איז, און אז תפילין דארף מען לייגן אויפן קאפ איז דורך מסורה. --שמאלץ רעדן / בליץבריוו 20:10, 16 אקטאבער 2006 (UTC)

נישט אלע טראדיציעס זיינען אמת און נישט אלס וואס די חוקרים זאגן איז ריכטיג. די חוקרים טוהען זייער ארבייט און די מסורת זייערס. אויב די חוקרים ווייזן אויף קעגן די טראדיציע קען דער טראדיציאנעלער דאס אננעמען אדער נישט. ►רוני◄ 20:42, 16 אקטאבער 2006 (UTC)

איך בין מסכים מיט דעם, אבער די חוקרים האלטן זיך נישט ביי די ליניע, ווייל אויב יא וואלטן זיי געדארפט האלטן אז א ברית מילה דארף מען מאכן אויפן הארץ ווייל עס שטייט ומלתם את ערלת לבבכם, דערווייל נעמען זיי אהן וואס די מסורת זאגט. --שמאלץ רעדן / בליץבריוו 21:14, 16 אקטאבער 2006 (UTC)
דער מקור פון ווו צו מאלען איז נישט פון דער פסוק. אין אן אנדער ארט שטייט קלאר "את בשר ערלתכם" וואס ערלה איז ביים געשלעכטגליד, ווו ס'שטייט "את ערלת לבבכם" איז דאס נאר פון מעטאפער = פארגלייך צו די שלעכט פון הארץ, אזוי ווי דער פסוק פירט אויס "ואת ערפכם לא תקשו עוד" ►רוני◄ 21:30, 16 אקטאבער 2006 (UTC)
רוני וואס דו האסט געשריבן ווייסען מיר אלע היינט נאכדעם וואס מען האט די מסורה, די תורה אבער זאגט קיינמאל וואס בשר ערלתכם איז, נאר אויף אן אנדער פלאץ ערקלערט די תורה את ערלת לבבכם וואס פון דעם וואלט מען - אנע מסורה - געדארפט זאגן אז די ערלה איז די הארץ. --שמאלץ רעדן / בליץבריוו 22:56, 16 אקטאבער 2006 (UTC)
צוריק צו "עלינו לשבח" בלאט.