קעפל איז בעסער מיט אן עקסטענשאן

רעדאַקטירן

אזוי ווי דער שרייבער פון דעם ארטיקל ערקלערט אז ער געט זיך נישט אפ מיטן זיך דורכרעדן אין די שמועס בלעטער ווייל ער קוקט דאס אן פאליטישע רייסערייען וויל איך דא אבער יא זיך צושטעלן צום סאמער גרונד פאליסי פון דעם וויקיפעדיע אז מ'מוז זיך אייביג דורכרעדן איז אלזא מיין מיינונג אז דער עקסטענשאן (פילם) צום דעם נאמען פאסט זיך ווייל סתם דער נאמען: מיין טאטעס הויז איז ווילד פרעמד אבער אויב איז דא דער ווארט פילם איז דאס פאסיג און שטימט מער און בעסער. אפילו דער עברית'אישער וויקי שטעלט צו עפעס אן עקסטענשאן כאטשיג אן אנדערנס, אבער זיי לאזן דאס אויך נישט סתם מיין טאטעס הויז און פארטיק. בכלל איז דער שטייגער ביי רוב פילמען טעיפס און סי.דיס וואס טראגן סתם נעמען פון טאג-טעגליכען לעבן צוצילייגן אן עקסטענשאן ווי (טעיפ) א.א.וו. כל שכן ביי אזא אומבאקאנטער טעמע ווי דאס. א דאנק פון פאראויסט פארן ארגינעלן שרייבער אויב ער קען פארעכטן און איך בעט אים יא זיך אויסדרוקן זיין מיינונג. דא איז א קהילה און מיר דארפן צוזאמענארבייטן.--Chaim Shel 15:04, 17 אויגוסט 2009 (UTC)ענטפֿער

צוריק צו "מיין טאטע'ס שטוב" בלאט.