חינוך אדער בילדונג?

רעדאַקטירן

פוילישער וויל דווקא בילדונג איך האלט אז חינוך איז זייער גוט, אי ווארט צוהערן פארוואס ער וויל דאס באוועגן .אדאנק.--יודל 23:26, 26 פעברואר 2008 (UTC)

איך מיין אויך אז בילדונג פאסט מער פאר "השכלה" (וויסנהייט) אבער פוילישער איז באקאנט מיט אן עלטערן יידיש ווי מיר און מן הסתם ווייס ער בעסער. ►רוני◄ 19:10, 28 פעברואר 2008 (UTC)
חינוך ווערט געניצט מערסטנס פאר תורה'דיג לערנונג. ס'וואלט געפאסט צו האבן צוויי ארטיקלען: חינוך און בילדונג . --פוילישער 23:09, 28 פעברואר 2008 (UTC)
חינוך ווערט גענוצט פאר תורה'דיגע לערנונג ווייל ביי פרומע וואס רעדן היינט אידיש לערנעט מען בעיקר תורה. אבער אויב וואלטן זיי געלערנט גויאישע לימודים וואלט דאס אויך געווען חינוך - די וואס רעדן היינט אידיש זענען בלויז די פרומע, און ווען זיי וועלן אנהייבן נוצן די ווארט עדיוקעישאן, וועט מען דאן פרעגן פוילישער וויאזוי די עלטערע אידיש' איז... דערווייל נוצט מען חינוך און מיר זענען נישט נייגעריג צו טוישן קעפעלעך לויט די עלטערע שפראך וואס מנוצט מער נישט... א דאנק.--יודל 11:20, 2 מארץ 2008 (UTC)
דאס איז נישט ריכטיג. קיינער זאגט נישט חינוך אויף סעקולערע לימודים. ווען מען רעדט וועגן אזעלכע לימודים זאגט מען טאקע בילדונג. --פוילישער 14:15, 3 מארץ 2008 (UTC)
אין ישראל ניצט מען יא דאס ווארט חינוך אויף סעקולערע לימודים, אבער דאס קען זיין מושפע פון העברעיש. ►רוני◄ 14:39, 3 מארץ 2008 (UTC)
צוריק צו "חינוך" בלאט.