רעדן:זשעי נעט
זשעי נעט בלאקירט דאס אידישער וויקיפעדיע
רעדאַקטירןאויך ביי די יידישע ענציקלאפעדיע איז די ארטיקל בלאקירט? ►רוני◄ 11:44, 21 באוגוסט 2006 (UTC)
- יא. אויך האבן זיי דעם שבת געבלאקט גאנץ וויקיפעדיע.--סאסמאן 12:10, 21 באוגוסט 2006 (UTC)
זאל מ'לאזן זייער טעלעפאן נומער?
רעדאַקטירן- אוי וויי. לגבי די טעלעפאנען אין די ארטיקל, איך מיין אז מען קען זיי נישט לאזן. איך וועל ווארטן צו הערן פון אנדערע וויקיפעדער וועגן דעם. ►רוני◄ 12:23, 21 באוגוסט 2006 (UTC)
- איך האב דאס וועגן דעם ארויפגעלייגט, ווייל זייער אסאך מענטשן גייען שאדן האבן, דורכן בלאקירן וויקיפעדיע מיר מוזן מעודד זיין די ליינער צו שרייבן זיי, די אינגעלייט האבן אויפגעשטעלט א געזעלשאפט זאל געבן סערוויס פארן פרומען לעבן'ס שטייגער. און מיר זענען א חלק דערין. סתם א געזעלשאפט ווי "אוסם" פעלט זיך נישט אויס די טעלעפאונען אבער די געזעלשאפט איז א טייל פון די אינטערנעט לעבן פון אסאך וויקיפעדיע באנוצער און פאטענציאנאלע פרומע אידן. ביטע איינזעהן די נחיצות אז דער עולם זאל וויסן און אנעמען זייער טעלעפאון נומערן אלס א אינטערגאלער טייל פון דעם ארטיקל ווייל די אינפארמאציע אן די טעלעפאונען איז גארנישט געזאגט לגבי די ארטיקל זעלבסט.--סאסמאן 12:28, 21 באוגוסט 2006 (UTC)
- אוי וויי. לגבי די טעלעפאנען אין די ארטיקל, איך מיין אז מען קען זיי נישט לאזן. איך וועל ווארטן צו הערן פון אנדערע וויקיפעדער וועגן דעם. ►רוני◄ 12:23, 21 באוגוסט 2006 (UTC)
חרדישע קאנטראל
רעדאַקטירןדאס פאלגענדע איז פון גוף הארטיקל בנוגע דעם שמועס:--Chaim Shel 14:46, 29 סעפּטעמבער 2009 (UTC)
משמרת הצניעות איינפלוס
רעדאַקטירןאויך איז וויכטיק צו וויסן אז די קאסטומער'ס אינפארמאציע ווערן געזען און קאנטראלירט דורך די היימישע אינגעלייט וואס ארבעטן אין זשעי נעט.
זשעי.נעט זאגט אבער אז לעת עתה האלטן זיי נישט קיין רעקארדס וועלכע וועב סייטס איעדע קאסטומער טוט באזוכן.
טייל מענטשען האלטן זיך דעריבער אפ פון אויפסיינען מיט זשעי.נעט, וויבאלד דער גאנצער זשעי נעט הצלחה איז אדאנק די רבנים וואס שטיצן דאס צו יעדע געלעגנהייט האבען זיי מורא אז די באמאטע וועלן נישט האבן קיין ברירה און מוזן ארויסגעבן אייערע פרטים אויפן פארלאנג פון משמרת הצניעות אויפן פארלאנג פון די רבנים.
דער מורא פונעם עולם אז זשעי.נעט איז קאנטראלירט דורך פאנאטישע קנאים, איז געווארן פארווירקלוכט ווען זיי האבן בלאקירט וויקיפעדיע, אבער זשעי.נעט ענטפערט אז דאס איז געווען א אומקאנטראלירטער נישט בדוקא גרייז, וויבאלד זשעי. נעט. נוצט א פילטער וואס ארבייט דורך אן אוטאמאטישע קאמפיוטער ספיידער, אזוי ווי אנדערע פילטער'ס ווי למשל וועבסענס קען בטעות געבלאקט ווערן גוטע וועב זייטלעך, דאס האט זיך ארויסגעוויזן אויף אמת דער חשד, ווען זשעי.נעט האט בלאקירט בטעות וויקיפעדיע אוגוסט 19 2006 פאר אפאר טעג מיטן אויסרייד אז אלעס אין וויקיפעדיע איז פארנאגראפיע, און דערנאך נאכאמאל אפריל 26 2007 ווען די ארונים האבן געהאט טענות פארוואס מען באשרייבט די וויינבערגער פרשה... און סאבסאקוואנטלי אנגעהויבן א מאדענער קאמפיין קעגן די אידישע וויקיעפדיע אויף זייערע קאנטראלירטע היידפארק סייטס, און דער בעל הבית כאטשיג וואס ער איז א זאלי האט נישט געקענט דערהייבן די היץ און זיי נאכגעגעבן דאס דערווייל צו פארשפארן צוטריט.
קאסטומער פריוואטקייט
רעדאַקטירןעס איז וויכטיג צו וויסן אז ווען איר נוצט זשעי. נעט, וויבאלד אייער איי.פי. אדרעס בלייבט אייביג דער זעלבער, אז עס קען ווערן געזען דורך די גאנצע וועלט כסדר.
ביי אנדערע אינטערנעט קאמפאניס, ווי ווערייזען פאר היים באנוצער אדער אנדערע, טוט זיך געווענדליך דער איי.פי. אדרעס טוישן כסדר, ווייל זיי אלע האבן DYNAMIC IP, פאר זייערע ביליגע סערוויס, פאר ביזנעס סערוויס האט אויכט ווערזיין א שטענדיגע איי. פי. (STATIC IP).
(ביי וויקיפעדיע קענט איר זיך איינשרייבן, דאן איז אייער איי.פי אדרעס נישט פובליצירט פאר יעדן.)
ווערייזאן ווייסט אויכט אזוי ווי זשעי נעט וועלכע איי פי אדרעס איז ווער, זיי האלטן א רעקארד פארווען זיי האבן געגעבן די איי פי, און די רעקארדס קאמפעניס האט זיי גערופען אין געריכעט ארויס צו געבן די אינפארמיצע.
- ווערייזאן גיבט נישט ארויס אינפארמאציע, און אפילו ביי די רעקארד קעיס האבן זיי נישט ארויסגעגעבן נאר נאכדעם וואס זיי האבן געמוזט מיט א קאורט ארדער, זיי האבן דאס געפייט פאר יארן לאנג און אויסגעגעבן טויזענטער דאלארן, כ'גלייב אז ווען משמרת הצניעות וועט עפעס בעטן פון זיי וועלן זיי דאס נישט ארויסגעבן.--שמאלץ רעדן / בליץבריוו 02:40, 22 באוגוסט 2006 (UTC)
אבער דעס האט גארנישט צוטוען מיט static ip דאן איז די שאלה צו זשעי נעט וועט ארויס געבען די אינפא צו נישט
איך מיין אז מען זאל טוישן די גאנצער חלק עס מאכט נישט קיין סענס וואס עס שטייט דא וועגן ip's
- קודם כל ביטע זיך אונטערשרייבן, צווייטנס: זשעי. נעט, טאר נישט, און וועט נישט ארויס געבען, פריוואטע אינפארמאציע אן א געריכט באפעל, זשעי. נעט איז אן ISP אין אמעריקע, און איז מוז אפהיטען זייערע געזעצן. דאס איז נישט ריכטיג, זיי דארפן נאר טאן זייער פרייועסי פאלאסי, וואס ביי זשעי נעט איז דאס די רבנים.--שמאלץ רעדן / בליץבריוו 03:25, 22 באוגוסט 2006 (UTC)
שמאלץ, אז די ווילסט דאווקע אז די אידישע וויקיפעדע זאל זיין אנגעפילט מיט שטותים, דאן גיי ווייטער אן, אין לייג ארויף דיינע נערישע חשדים אלעס פאקטען, אין מאך זיכער אזוי אז קיינער וועט נישט טראסטען די נערישע אידישע וויקיפעדיע , [יואלי]
- נארישע חשדים, איז נאך אלס חשדים, קענסט שרייבן די אפיניען פון זשעי.נעט. איך האב אליין געהערט פון חיים רפאל פערענץ ווי ער גיט ארויס פריוואטע אינפארמאציע פון קאסטומער סערוויס טעלעפוין קאנוועסעישאן'ס ביי די אינטערנעט אסיפה אין מאנסי סאיז אפילו אויף טעיפ. סאיז א נארמאלע זאך צו זיך באווארענען און נעמען אין באטראכט. אז זשעי נעט איז היימישע אינגעלייט וואס זענען פארפליכטעט צו די רבנים און אויב דו האלטסט אז די חשד איז נישט באזירט שרייב דאס אין ארטיקל אבער מעק נישט אויס ביטע דעם עולם'ס מיינונגען לגבי דעם קאמפאני, מען דארף נישט מער ווי זעהן ווי משוגע זיי זענען מיטן בלאקירן אלע וויקיפעדיע ארטיקלן אפילו נאר פאר איין טאג..--יודל 03:24, 23 באוגוסט 2006 (UTC)
מיין פריינד, וויקיפעדיע איז געמאכט פאר פאקטען נישט פאר דימיונת, חשדות וכדו. אויב די ווילסט יא שרייבען דיינע דימיונת דעמאלס שרייב אז די ביסט חושד, נישט אלעס א פאקט.
אין פארגלייך נישט טעלפאן רעקארדס וואס זיי זאגן אז זיי רעקאדירן עס צו אינטערנעט באנוצען רעקארדס וואס זיי זאגן אז זיי רעקאדירן נישט.
לגבי וויקיפעדיע, אויב די וואלסט געהאט די מינדערסטע טעניקעל וויסנשאפט וואלסטו פארשטאנען, אז דער ספיידער מאכט אסאך מאל מיסטעק'ס, אין זיי האבן עס נישט געבלאקט במכוון. יואלי
- האלוי יואלי האלט דיך רואיג פאר א מינוט, די פאקט איז אז:
- חיים רפאל פערענץ האט ארויסגעגעבן פריוואטע אינפארמאציע.
- די זשעי נעט איז נישט באויפטראגט צו האלטן א פרייועסי פאלאסי וואס זיי האבן נישט. און דערפאר אויב וועלן איינע פון די רבנים וועלן וויסען עפעס וועלן זיי דאס געבן.
- די דמיונות זענען דיינס אז זשעי נעט קען נישט ארויסגעבן, זיי קענען יא און וועלן יא. --שמאלץ רעדן / בליץבריוו 04:29, 23 באוגוסט 2006 (UTC)
איך האב עס געפיקסט אז עס זאל מער אפשפיגלען די פאקטען, ביטע זיך האלטן צו די פאקטען יואלי
זשיי נעט אדער זשעי נעט?
רעדאַקטירןדאס קעפל איז געטוישט געוואן דא מיט געוואלד דורך דעם ניק רוני אן זיך דורכרעדן קיין פיפס. דאס דארף צוריקגיין ווי ארגינעל געשריבן אויך גוגל זאגט אז רוב אידיש רעדער און שרייבער נוצען דאס נאמען זשעי נעט און קיין איינער אויף די וועלט (אחוץ רוני'ס וויקיפעדיע ענדערונגען) נוצען נישט זשיי נעט, ביטע פארעכטן. א דאנק--Chaim Shel 14:19, 25 סעפּטעמבער 2009 (UTC)