רעדן:האמאסעקסואל
איך היייב ניט אָן צו פארשטיין פאר וואָס מע האַלט דאָס אַרטיקל פאר ניט-צוגעפאסט פאר ניט-דערוואַקסענע. אַזאַ שמאָלקעפיקיייט איז דורכויס קעגן די וויקיפעדיע-הויפט-פרינציפן פון פרײַהײַט פון וואָרט און ריייד, וואָס די פארוואַלטונג און באַנוצערס פון דער ייִדיש-ווערסיע שטאָלצירן זיך (מיט רעכט) דערמיט. דאָס אַרטיקל ווי עס שטייט און גייט איז אויך אומנייטראַל און אומבאַטעמט, ווי אויך ניט-אינפאָירט און עם-האַרציש. שלום בערגער 20:25, 17 סעפטעמבער 2006 (UTC)
- דאס צו עס איז צוגעפאסט פאר קינדער (אומערוואקסענע) אדער נישט איז עפעס וואס ווענדט זיך צו וועם מען רעדט, פרוביר רעדן וועגן דעם אין א שולע אין די מיטעל מערב אין אמעריקע, און מען וועט דעם רעדנער שטילמאכן, פרוביר אפשטעלן איינעם רעדן וועגן דעם אין א שולע אין ניו יארק, און מען וועט דעם אפשטעלער אפשטעלן. די פאקט איז אז אומערוואקסענע וואס רעדן יידיש הייבן נישט אהן וויסען בכלל עפעס וועגן סעקס, און פאר זיכער נישט וועגן האמאסעקסואל, דערפאר איז יא פאסיג צו שרייבן אז דאס איז ניט צוגעפאסט פאר ניט-דערוואקסענע, און דאס האט גארנישט מיט שמאלקעפיקייט. איצטער צו די עצם ארטיקל, ביטע לייגט צו א האנט און פאררעכט דאס. איך וואלט דאס געטאן, איך בין נאר נישט באהאווענט אין דעם.--שמאלץ רעדן / בליץבריוו 21:06, 17 סעפטעמבער 2006 (UTC)
אָנהייבן אַ דיסקוסיע וועגן האמאסעקסואל
רעדן־בלעטער זענען דער ארט וואו מענטשן דיסקוטירן וויאזוי צו מאכן דעם אינהאלט אין װיקיפּעדיע דאס סאמע בעסטע וואס קען זיין. איר קענט ניצן דעם דאזיקן רעדן־בלאט כדי אנצוהייבן א שמועס מיט אנדערע וויאזוי צו פֿארבעסערן האמאסעקסואל.