רעדן:דער בליק
די אנגעבליכע גרינדער ביללער איז א גרייז.
ביללער איז א איד פון מאנסי וואס האט געגרינדעט א מאנאטליכע אויסגאבע "יפה בעתו" (יפ"ה איז ראשי תיבות יוסף פרץ הלוי). די תוכן פון די אויסגאבע איז געווען חידות און וויסענשאפטליכע ידיעות פאר קינדער.
דער בליק איז געגרינדעט געווארן אין בורו פארק. איר תוכן איז באשטיינען פון ווייניגער אידישע מער וועלטליכע עסקים, א שטייגער ווי "דער שטערן" היינטצוטאגס.
ווערטהיימער אדער פר"מ האט אפגעקויפט ביידע, יפה בעיתו און דער בליק; און האט פארקערפערט דעם יפה בעיתו אין דער בליק אלס די קינדער אפטיילונג.
פון אנפאנג, און אפשר נאך היינט, האט ביללער ווייטער צוגעשטלעט די מאטריאל פאר די קינדער אפטיילונג.
אָנהייבן אַ דיסקוסיע וועגן דער בליק
רעדן־בלעטער זענען דער ארט וואו מענטשן דיסקוטירן וויאזוי צו מאכן דעם אינהאלט אין װיקיפּעדיע דאס סאמע בעסטע וואס קען זיין. איר קענט ניצן דעם דאזיקן רעדן־בלאט כדי אנצוהייבן א שמועס מיט אנדערע וויאזוי צו פֿארבעסערן דער בליק.