רעדן:געשטאפא

תגובה אחרונה: פֿאַר 17 יאָר מאת יודל

ארגינאל הייסט דאס געשטאפא מיט א שי"ן. מען קען דאס אויך טרעפֿן אין דער אלגעמיינער זשורנאל [1]. אבער אויך געסטאפא קען זיין גוט נאך וואס די אמעריקאנער זאגן ארויס S ווי א סמ"ך אויך ווען עס קומט פאר א T. אבער אויף דייטשיש ווען עס קומט א S פאר א T קליקנט זיך דאס ווי א שי"ן און נישט ווי א סמ"ך. ►רוני◄ 15:14, 8 יוני 2007 (UTC)ענטפֿער

אין עברית איז דאס אויך א סמך און דער מקור וואס דו ברענגסט איז א טעות קיינער שרייבט דאס נישט מיט קיין ש ביטע דאס טוישן אויף א סמך.--יודל 13:26, 17 אָקטאָבער 2007 (UTC)ענטפֿער
איך האב אפגעשיקט א פראגע צום אלגעמיינער זשורנאל'ס רעדאקטער ר' יוסף יצחק יעקאבסאהן, און דאס וואס ער האט מיר גענטפערט: "YYJacobson AT aol.com"

to me today -- a samach --יודל 12:20, 18 אָקטאָבער 2007 (UTC)ענטפֿער


כמעט אלע וויקיפעדיעס האבן געסטאפא און נישט געשטאפא. --פוילישער 17:40, 18 אָקטאָבער 2007 (UTC)ענטפֿער
אפשר קען מען זאגן אז די ענגלישע האבן געמאכט א נייעם פשט פונעם נאמען. און אנשטאט צו ניצן די ארגינעלע ר"ת גע'היים שט'אַט פּאָ'ליציי ניצן זיי גאר אנדערע ווערטער German secret police. ועוד אפשר לומר :) אז די ענגלישע וואס ליינען נישט א S פאר א T ווי א שי"ן, רופן זיי דאס געסטאפא און נישט ווי ווי דער מקור געשטפא. דא צום ביישפיל האט איר אן ארטיקל פון דער אלגעמיינער זשורנאל וואס שרייבט געשטאפא און ניט געסטאפא. (דער ארטיקל, וכהנה). ►רוני◄ 20:51, 18 אָקטאָבער 2007 (UTC)ענטפֿער
היינט רופט דאס שוין קיינער נישט און קיינער שרייבט דאס שוין נישט מיט א ש, דער רעדאקטאר פון אלגעמיינער האט מיר געזאגט אז ער האט דאס ספעציעל געלאזט מיט א ש צו פערזערווירן די אלט-מאדישע אידיש.--יודל 20:54, 18 אָקטאָבער 2007 (UTC)ענטפֿער
צוריק צו "געשטאפא" בלאט.