רייכערן

(אַריבערגעפֿירט פון רויכערן)

רייכערן איז דער אקט פון פארברענען אויסגעטרוקענטע און צעמאלענע טאבאק פלאנצונגען און אריינאטעמען דעם רויך דערפון.

א פאפיראס איז דאס גרעסטע רייכער־מיטל

רייכערן איז נישט קיין נייע זאך. עס גייט שוין אן טויזנטער יאר זינט מענטשן האבן ערפינדן אז מען קען רייכערן די שטויב פון טאביק פלאנצונגען, כאטש אין אייראפע איז דאס נאר געקומען ביים סוף פונעם 17טן יארהונדערט. אבער נישט יעדער האט גערייכערט די פלאנצונגען נאר האבן דאס צעמאלן און אריינגעאטעמט אדער געביסן צו שפירן דעם טעם דערפון. אבער נאך מיט איבער טויזענט יאר צוריק האט מען שוין שפעקולירט אז דאס קען שאטן צום געזונט און טייל דאקטוירים האבן דאס באשולדיגט אלס א רעזולטאט צו אסאך קרענק. אבער די וועלט מאסן האט קיינמאל נישט געגלייבט אדער נישט געוואלט גלייבן און מען האט גערייכערט א פאפיראס נאך א פאפיראס ווען עס האט אוועקגעלייגט מיליאנען מענטשן יעדעס יאר.

טאביק באשטייט פון צענדליגער כעמיקאלן אין צוגאב וואס די טאביק פירמעס לייגן אליינס צו. דער הויפט אינהאלט איז ניקאטין וועלכע מאכט דעם גוטן טעם אין א פאפיראס און פאדערט דעם מענטש פאר נאך און נאך.


  זעט דעם הויפּט אַרטיקל – ניקאטין

ניקאטין איז א נאטורליכע ארגאנישע כעמיקאליע וועלכע געפינט זיך אין טאבאק פלאנצונגען. א ביישפיל פאר די וואס רויכערן נישט איז קאפעין וועלכע איז די נאנטסטע סארט אייננעמונג צו ניקאטין און גיט די זעלבע סארט סטימולאציע אין א קלענערן פארנעם.

ניקאטין באטרעפט אינגאנצן 5 פראצענט פון די טאבאק פלאנצונגען און דאס ווערט ארויסגענומען און קאנצעטרירט בעפאר מען לייגט דאס אריין אין פאפיראסן. היינטיגע פאפיראסן פארמאגן צווישן 8 און 20 מיליגראם ניקאטין פער פאפיראס, געוואנדן לויט די סארטן. ווען מען רויכערט נעמט דער קערפער נישט אריין מער ווי איין מיליגראם ניקאטין ווייל די איבעריגע גייט אוועק מיטן פייער און רויך אבער דאס ביסל וואס גייט יא אריין ברענגט א ספעציעלע סטימולאציע אינעם קערפער צו וועלכע מען געוואוינט זיך צו און מען לעכצט פאר נאך און נאך.

ניקאטין אינעם קערפער

רעדאַקטירן

ווען ניקאטין קומט אריין אינעם קערפער ווערט דאס פארשפרייט צו די הויט, לונגען, און צו די אינערליכע הויט פון די נאז און מויל. אין די פלעצער זיצט עס פאר א שטיק צייט ווי לאנג עס זאפט אריין אין די בלוט צעלן און צירקולירט ווייטער צו די אנדערע טיילן פון דעם קערפער. אבער עפאר עס גייט ווייטער לויפט עס ערשט דורך אין דעם מוח וואו איר עפעקט ווערט צום מערסטן דערשפירט און ערשט דערנאך גייט עס ווייטער.

עס זענען פאראן פארשידענע וועגן ווי אזוי ניקאטין קען אנקומען אינעם קערפער, און די גרינגסטע וועג פון זיי איז דורך אטעמען די לופט וועלכע פארמאגט ניקאטין. רויכערן טוט גענוי דאס ווייל מען אטעמט אריין די רויך וועלכע טראגט איז זיך די ניקאטין ווען עס ברענט אויס און וועפט אריין אין די רויך. אבער נישט נאר דער וואס רויכערט באקומט ניקאטין, נאר יעדער וואס שטייט ארום און אטעמט אריין די רויך פון דעם ציגראט. נישט אומזיסט ווארענט מען פאר צווייטע האנט רויכערן וועלכע איז טייטש אז מען שטייט און פארברענגט נעבן מענטשן וואס רויכערן און מען באקומט די ניקאטין געצוווינגענערהייט צי מען פארשטייט יא דערצו צו נישט.

יעדע מענטש ארבעט אויס די ניקאטין אנדערש און ביי איינעם בלייבט די עפעקט לענגער און ביי א צווייטן קורצער. געווענליך האט עס צעטאן וואספארא סארט לעיבער מען פארמאגט. געזונטע לעיבער וועט שנעל אויסארבעטן די ניקאטין און דער מענטש וועט באלד לעכצן פאר נאך. רוב מענטשן וואס רויכערן טוען דאס עטליכע מאל אין טאג כדי צו האלטן א באלאנסירטע מאס ניקאטין אינעם קערפער צו יעדע צייט. ווען דאס הייבט אן ווערן ווייניגער שפירן זיי דאס שנעל און דאס ציט צו רויכערן נאך א ציגראט.

עס איז אבער פאראן א שיעור וויפיל מער רייכערט א טאג. עס זענען טאקע פאראן מענטשן וואס רויכערן גאר אסאך אבער דאס זענען געווענליך יונגע מענטשן וועלכע'ס לעיבער איז געזונט אין שטארק. אויב מען רויכערט צענדליגער יארן נאכאנאנד וועט די לעיבער שוין נישט אזוי שנעל בעארבעטן די ניקאטין און עס וועט געדויערן לענגער וואס מיינט אז דער מענטש וועט האבן די ניקאטין פאר א לענגערע צייט אין זיין קערפער און ער וועט מער נישט דארפן רויכערן אזויפיל צו האבן פרישע ניקאטין אין זיין קערפער.

מיט דעם קען מען גרינג פארשטיין פארוואס רייכערן נעמט אוועק די אפעטיט פון עסן. דער קערפער פארברענט די צוקער וועלכע ליגט אין די בלוט אלס א טייל פון דער פראדעצור פון פארברענען קאלעריס און ווען אסאך פון דאס צוקער איז שוין נישטא שפירט דאס דער מוח און עס הייבט אן פארלאנגן פאר מער עסן. ניקאטין קען אפהאלטן די צוקער פארברענעריי און וויבאלד עס פארבלייבט מער צוקער אינעם קערפער שפירט מען נישט אזוי שנעל הונגער כאטש אין פאקט דארף שוין דער קערפער יא האבן עסן.

אבער מיינט נישט אז רויכערן איז א גוטע רעצעפט פאר א דייעט. פארקערט, רייכערן פארדרייעט דעם גאנצן סיסטעם פון עסן וועלכע האט טאקע נישט קיין עפעקט אויף א מענטש וואס עסט נארמאל, אבער אויב מען גייט אויף א דייעט מאכט עס אסאך פראבלעמען און כאטש דער מענטש קען פארלירן וואג וועט ער אבער ליידן דערפון און ער וועט שנעלער צוריקנעמען וואג אויב ער לאזט נאך פון א דיעטע.

אבער די מעלות פאלן אוועק צענדליגער מאל קעגן די חסרונות. רויכערן פארמערט די שאנסן צו קענסער, הארץ פראבלעמען, סטראוק, אלצהיימער קרענק, און נאך פארשידענע קראנקייטן. די וועלט האט אלע יארן געוואוסט אז רויכערן טויג נישט אבער מענטשן האבן נישט געוואלט הערן און פארשטיין. נאך די צווייטע וועלט קריג האט מען מער אנגעפאנגן צו רעדן דערוועגן אין די עפנטליכקייט און יארן שפעטער האבן א רייע שטודיעס אויפגעטרייסעלט די וועלט ווען דאקטוירים האבן זיך פאראייניגט און געווארענט די מענטשהייט אז רויכערן איז סם פאר'ן מענטש און איז דער הויפט אורזאך פאר א רייע קרענק.

עווענטועל האבן מענטשן אנגעהויבן קלאגן די טאביק פירמעס פאר'ן ברענגן די קראנקהייטן אבער די רייכע גרויסע פירמעס האבן געקעמפט מיט די בעסטע אדוואקאטן און האבן געווינען יעדעס מאל. אין די מיטעלע 90'ער יארן האט א אינערליכע וויסנשאפטלער, וועלכער איז אויפגעזאגט געווארן פון זיין שטעלע, נקמה גענומען פון די טאבאק פירמעס מיט זיין מעלדונג אז די טאבאק פירמעס לייגן גאר אריין נאך כעמיקאלן וועלכע העלפן דעם מענטש ווערן צוגעבינדן דערצו. די טאבאק פירמעס האבן פרובירט צו דערשטיקן די קלאגע און האבן געווארענט צו קלאגן די סי בי עס נייעס אגענטור וועלכע האט געפלאנט צו ברענגען דעם וויסנשאפטלער אויף איר פאפולערער "60 מינוט" פארשטעלונג. א געניטער זשורנאליסט פון דעם 60 מינוט פראגראם האט אבער אנגעדרייט אלעס עס זאל נישט פאסירן און ערשט נאכדעם וואס אנדערע צייטונגען זענען דערגאנגען דערוועגן האט סי-בי-עס זיך געבראכן.

די פארשטעלונג האט געברענגט די געוואונטשענע רעזולטאטן פאר מיליאנען געליטענע ווען די טאבאקא פירמעס האבן אין די ענדע געשליכטעט דעם קלאגע פאר די פאנטאסטישע סומע פון נאנט צו 300 ביליאן דאלאר.

איינגעוויינען און אפגעוויינען

רעדאַקטירן

איינער וואס האט קיינמאל בעפאר נישט גערויכערט ציט נישט צו דעם קיינמאל אפילו אויב ער אטעמט אריין די רויך ווען אנדערע רויכערן. כדי צו באקומען א תאווה צו רויכערן דארף מען ערשט רויכערן, און דאס פאסירט געווענליך ווען מען איז יונג און מען זעט אנדערע רויכערן. איינמאל מען הייבט אן רויכערן נעמט נישט לאנג ביז מען הייבט אן שפירן דעם טעם און מען אנטוויקלט שנעל א צוגעבינדנקייט דערצו וועלכע בלייבט אויפן גאנצן לעבן. דאקטוירים זאגן אז די וואס רויכערן זענען צוגעבינדן דערצו פיזיש און גייסטיש. זיי קומען צוריק צו דעם ציגארעטל צוליב א פיזישע טעם וועלכע זיי שפירן דערין און וועלן נישט אויפגעבן דעם ציגראטל אפילו ווען זייער געזונט טויג נישט וועלכע ווייזט אז דאס איז אויך א פסיכאלאגישע צוגעבינדנקייט וועלכע קען שווער אויסגעריסן ווערן.

איינמאל מען רייכערט איז שווער אויפצוהערן איין אינדערפרי ווייל מיט דער צייט אדאפטירט דער מוח ווי אזוי צו קאמפענסירן די עפעקט פון ניקאטין און ווערט צוגעוואוינט צו אפערירן דעם וועג. אזעלכע זאגן אז די וועג איז צו גיין צעביסלעך און זיך אפגעוויינען דערפון דורך אויסלערנען דעם מוח ווי אזוי זיך צו באגיין מיט ווייניגער ניקאטין ביז מען קומט אן צו גארנישט. עס זענען פאראן א רייע פראגראמען וועלכע העלפן איבערקומען דעם געוואוינהייט און זיך אפלאזן פון רויכערן. אין די לעצטע יאר האבן צענדליגער מיליאנען מענטשן אין אמעריקע אפגעלאזט רויכערן און דאס ווייניגסטע, פראצענטווייז, הייבן היינט בכלל אן צו רויכערן. די רעגירונג גיט אויס אסאך געלטער צו ווארענען קעגן רויכערן און אפילו די טאבאקא פירמעס זעלבסט זענען געצווינגן צו טאן געוויסע זאכן וועלכע זאל צו וויסן טאן דער וואס קויפט דאס אז עס קען האבן עפעקטן אויף געזונטהייט.