א ראַדיאַטאָר (ענגליש: radiator) איז אן אפאראט וואס ווענדט היץ פון איין פלאץ צום צווייטן. א טייל ראדיאטארן ווערן באנוצט אָפּצוקילן זאכן ווי אויטאמאביל מאטארן, און אנדערע צו דערהייצן זאכן ווי הייזער.

קילונג רעדאַקטירן

 
אן אויטא קילונג ראדיאטאר

מערסט אויטאס ניצן א ראדיאטאר אָפּצוקילן דעם מאטאר. צו פראדוצירן מאכט דארף א מאטאר ברענען א ברענשטאף, א פראצעס וואס מאכט א הויכע היץ. אויב די היץ וועט נישט ווערן אָפּגעװאנדן וועט דעם מאטאר צעהיצן זיך צו פיל און וועט נישט ארבעטן. דער ראדיאטאר ווערט פארבונדט מיט דעם מאטאר מיט רערן.

א קאלטע פֿליסיק פֿליסט אריין אינעם מאטאר, וואס מאכט די היץ ווענדן זיך פונעם מאטאר צו דעם פֿליסיק.

דערנאך ווערט דעם פֿליסיק געוואנדן דורך דעם ראדיאטאר, וואס אנטהאלט פילע קליינע רערן פאר דעם פֿליסיק דורכצוגיין. די לופֿט ארום די רערן קילט זיי צוזאמען מיטן פֿליסיק, וואס גייט צוריק אריין אינעם מאטאר.

הויז הייצונג רעדאַקטירן

 
א ראדיאטאר פאר הייצונג

א סך הייזער ווערן געבויט אין געגנטן וואס קענען ווערן קאלט. דאס הויז דאַרף ווערן דערוואַרעמט פאר די באַקוועמקייט פון זיינע איינוואוינערס. א ראדיאטאר ווערט געלייגט אין א צימער צו פארשפרייטן די היץ פון א הרובע. א הייצונג ראדיאטאר ארבעט ענלעך מיט דער וואס מען נוצט פאר קילונג. די היץ פונעם הרובע גייט דורך דעם ראדיאטאר. ווייל דאס צימער ווערט קעלטער ווי דעם ראדיאטאר, גייט די היץ אריין און וואַרעמט דאס צימער.

וועבלינקען רעדאַקטירן

 
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: ראדיאטארן