קענסער
קענסער (אויך ראַק, קאַנסער, קרעפס) (אין דאקטוירישער שפראך: בייזוואוקס) איז אַ קראַנקייט ווען עס פאסירט א ניט־קאָנטראָלירטע צו-וואסקן זיך פֿון קעמערלעך (צעלן) און זיי טוען אדער אַרײַנדרינגען אין דערנעבנדיגע געוועבן אָדער געפירט ווערן צו אַנדערע ערטער אינעם קערפער און דארט זיך צו-וואקסן (מעטאַסטאַסיס[1], דאס איז ווען די קענסער־קעמערלעך ווערן געפֿירט דורכן בלוט אָדער לימפֿע[2]־סיסטעם , רוב קענסערס וועלן פארמירן א שטיק.
קענסער קען ערשיינען ביי מענטשן פֿון יעדן עלטער, נאָר די ריזיקע גייט ארויף מיטן עלטער ווערן. לויט דער וועלט געזונט ארגאניזאציע, 12.5% פון אלע טויטפאלן אויף דער גארער וועלט.
קענסער, איז די שנעלסטע שטייגנדע קרענק, עס איז געשאצט אז ביזן יאר 2020 וועלן ל"ע זיין 25,000,000 קענסער ליינדנדע גלאבאל, 1.7 מיליאן קראנקע אין אמעריקע אליין פער יאר, און פון זיי וועלן לכאורה שטארבן אריבער זעקס הונדערט טויזנט פערזאנען פער יאר. דעס איז דאך א הימל שפאלטנדע ציפער, עפעס וואס די וועלט קען נישט שטיין גלייכגילטיג, זיך צוקוקן דערצו און צושטימען בלינדערהייט, ווי דער ביטערע מחלה רייסט שטיקער פון די מענטשהייט.
צו מאכן בקיצור דעם שרעקליכן ציפער: איינער פון צוויי מענער, איינע פון דריי פרויען, און איינער פון צען קינדער וועלן הערן דעם שרעקעדיגן ווארט פון א ווייס קיטל'דיגן דאקטאר: "איר האט קענסער", אין משך פון זייער לעבן. דעס איז דער שאצונג פון די 'אמעריקען קענסער סאסייעטי'.
די סארטן
רעדאַקטירןקענסער איז א קראנקייט וואס ווי אינעם קערפער ער ערשיינט איז ער אן אומקאנטראלירטע פארמערונג פון קעמערלעך דאך אין דער מעדיצינישער שפראך ווערט ער איינגעטיילט אויף אסאך קראנקהייטן געווענליך וועט ער ווערן אנגערופן לויט דעם קעמערל פון וואנען ער האט זיך פארשפרייט.
לויט דעם נאציאנאלן אינסטיטוט פאר קרעפס-פארשונג (ענגליש: "National Cancer Research Institute") אין גרויס-בריטאניע זענען געווען 22% פון קרעפס-פטירות אין גרויס-בריטאניע ביז 2014 וועגן לונגען-קרעפס. 10.3% וועגן געדערעם-קרעפס. 7.7% וועגן ברוסט-קרעפס. 6.5% וועגן פארשטייערדריזן-קרעפס (ענגליש: "prostate cancer", דײַטש: "Vorsteherdrüsenkrebs"). אבער די פינאנצירונגן פאר די פארשונג קעגן די פארשידענע קרעפס-סארטן זענען אונטערשידליך. לונגען-קרעפס-פארשונג איז געווען פינאנצירט מיט 14.16 מיליאנען פונט. געדערעם-קרעפס-פארשונג איז געווען פינאנצירט מיט 25.04 מיליאנען פונט. ברוסט-קרעפס-פארשונג איז געווען פינאנצירט מיט 40.32 מיליאנען פונט. פארשטייערדריזן-קרעפס-פארשונג איז געווען פינאנצירט מיט 22.30 מיליאנען פונט.
די סימפטאמען
רעדאַקטירןסימפּטאָמען ענדערן זיך לויט דעם אָרט וואס דער געוואוקס געפינט זיך און לויטן טיפּ פונעם צעל , און ווי ווייט דער געוואוקס האָט זיך שוין פֿאַרשפּרייט און ווי ווייט ער איז אריינגעדרינגען אין די ארומיגע ארגאנען און זיי געשעדיגט. אבער טיילמאל וועט זי אינגאנצן נישט ברענגען קיין סימפטאמען אפילו ער איז שוין א גרויסע געפאר פארן קערפער.
דיאגנאז
רעדאַקטירןדי אפטיילונג פון רפואה וואס גיט זיך אפ מיט קענסער ווערט אנגערופן אנקאלאגיע, און ווען א פאמיליע דאקטער וועט פארדאכטן אז א מענטש ליידט פון קענסער וועט ער דעם פאציענט רעקאמענדירן צו זען א אנקאלאג וואס וועט פאר אלעם באטראכטן די סימפטאמען, און אויב איז פאראן אן ערנסטער פארדאכט אויף קענסער וועט ער דאס פעסשטעלן מיטן הילף פון א פּאַטאָלאָג וועט ער וועט ערשטנס נעמען אן אינערלעך בילד פונעם קערפער צי א (CT) אדער א (MRI]). נאכדעם וואס ער באשטעטיגט דורכן בילד אז עס איז טאקע פאראן א אומגעוואונטשענער געוואוקס דארף מען נאכגיין צו וויסן צוויי וויכטיגע פונקטן. די צוויי פונקטן זענען: איינס, צי איז דאס א וואקסנדער קענסער אדער א שטילער קענסער, צוויי, פון וואנעט איז דער מקור פונעם געוואוקס ד.ה. פון וואספארא צעל האט ער זיך צושפרייט. דאס ווערט געטון דורך בודק זיין א צעל פונעם געוואוקס. דער צעל ווערט ארויסגענומען דורך אַ ביאָפּסיע (מוסטער פֿון אַ לעבעדיקן מענטש) אָדער כירורגיע (מוסטער דורך אַן אָפּעראַציע), אויך א בלוט-פראבע וועט ווערן באנוצט אין געוויסע פעלער צו דיאגנאזירן קענסער.
די באהאנדלונג
רעדאַקטירןדערווייל ווערט קענסער באהאנדלט מערסטנס מיט כעמאָטעראַפּיע ביי גרעסערע געוואוקסן, און ביי קלענערע געוואוקסען באַשטראַלונג־טעראַפּיע[3] און טיילמאל אויך דורך אויסשניידן ביי אלע אויבערדערמאנטע באהאנדלונגען וועט דער פאציענט זיין אונטער א דרקטוירישע אויפזיכט ביז 5 יאר נאך די ענדע פון די באהאנדלונג צוליב מורא עס זי וועט צוריק קומען אבער עס זענען אויך פאראן נאך פארשידענע באהאנדלונגען.
די הצלחה פון דער באהאנדלונג ווענדט זיך אין פארשידענע פאקטארן פון זיי ווי פרי ס'איז דערקענט געווארן אינעם סארט קענסער ד.ה. ווי ווייט דער סארט קענסער צעל טוט צוגיין דורך כעמאטעראפיע, אבער מען דארף אויך שטארק נעמען אין באטראכט דער כלליותדיגער צושטאנד פונעם געזונט פון פאציענט דאס איז צוליב ווייל כעמאטעראפיע האט גאר שטארקע זייטיגע אומגעוואונטשענע ווירקונג און דאס אלץ איז נאר ווען די ארגאנען זענען נישט געשעדיגט געווארן, ווייל אויב זיי זענען שוין געשעדיגט געווארן איז שוין דא א פראגע צי קען מען בכלל לעבן אן דעם ארגאן ווייל עס איז נישט פאראן קיין מעגליכקייט צוריקצושטעלן א געשעדיגטן ארגאן (אויסער דורך אן איבערפלאנצונג, אבער געווענליך ווערט דאס נישט געמאכט אין פאל פון קענסער).
וואָס מער דער פארשריט וואס די וויסנשאַפֿטלעכע פֿאָרשונגען מאכן, אַלץ מער ספּעציפֿיש ווערן די באַהאַנדלונגען לויטן טיפּ קענסער. פֿאַר אַ סך מיני ראַק זײַנען שוין פֿאַראַן רפֿואות וואָס צילעווען ספּעציפֿישע קענסערס.
אומבאַהאַנדלטערהייט קענען קענסערס דערפֿירן צו ערנסטע שאדן אינעם קערפער און אויך צו טויט, כאָטש נישט אין יעדן פֿאַל.
די סיבה
רעדאַקטירןדאָס ניט־רעגולירטע צעוואַקסן זיך וואָס איז כאַראַקטעריסטיש פֿאַר קענסער ווערט אַרויסגערופֿן דורכן שאָדן צו די־ען־איי, וואָס דערפֿירט צו מוטאַציעס[4] אין גענעס (genes) וואָס קאָדירן די פּראָטעיִנען וואָס קאָנטראָלירן די קעמערלעך־ (צעלן־)צעטיילונג. אַ סך מוטאַציעס קענען זײַן נייטיק צו פֿאַרוואַנדלען אַ נאָרמאַל קעמערל אין אַ בייזוווּקסיק (malignant) קעמערל. די מוטאַציעס קענען אַרויסגערופֿן ווערן דורך כעמיקאַלן אָדער פֿיזישע גורמים וואָס הייסן קאַרצינאָגענען (carcinogens), דורכן אויסגעשטעלט ווערן אויף ראַדיִאָאַקטיווע מאַטעריאַלן, אָדער געוויסע ווירוסן וואָס קענען אַרײַנגעבן זייער די־ען־איי אין מענטשלעכן גענאָם. די מוטאַציעס קענען געשען סתּם, אָדער קענען איבערגעגעבן בירושה דורך מוטאַציעס אין די אייער־ אָדער זרע־די־ען־איי.
אַ סך פֿאָרמעס קענסער זײַנען פֿאַרבונדן מיט סבֿיבֿהדיקע פֿאַקטאָרן ווי למשל טאַבאק־רויך, באַשטראַלונג, אַלקאָהאָל און געוויסע ווירוסן. כאטש טייל פון זיי קען מען אויסמײַדן, איז נישטאָ קיין אופֿן אין גאַנצן צו פֿאַרמײַדן די קראַנקייט, און פֿאָלקסגעזונט־פּראָגראַמען (ווי צ"ב וואַקצינירונג) זײַנען וויכטיק איבער דער וועלט.
צוליב איר גרויזאמע פאלגן ווערט די קרענק אנגערופן אין פאלקס שפראך יענע מחלה אדער יענע מעשה.