קריטיק אויף וויקיפעדיע

(אַריבערגעפֿירט פון קריטיק אויפן וויקיפעדיע)

קריטיק אויף וויקיפעדיע וואס אינטערנעט באנוצער האבן שוין אויסגעדרוקט אויפן וויקיפעדיע מאדעל, נישט זעהנדיג דערין קיין שום צוקונפט, און בלויז א נארישע אומבאלאנסירטע ענצקאלעפעדיע פיל מיט געקאכטע שטותים והבלים, געשריבן דורך איין איינציגע באנוצער וועלכע נוצט אויס דאס פלאץ צו באשרייבן דעם און יענעם.

פארשטייט זיך אז די וויקעפעדיע באנוצער שרעקן זיך נישט פון די אלע חברה, זיי ווילן אונז צונעמען די פרייהייט פון ווארט צוליב נארישע חשבונות אז נאר זיי פארשטייען וויאזוי און וואס מען מעג און מען דארף שרייבן אפט מאל זענען זיי זשורנאליסטען אדער סתם פארטייאישע שוויצער.

פאלגענד זענען זייערע טענות אין דעטאל אפגעווארפן איינס ביי איינס:

עס איז אנאניאם און יעדער קען שרייבן און מעקן אומאחריות'דיג

רעדאַקטירן

אז יעדער בהאלטענער שמויגער וואס זיצט זיך אין זיין קעלער באהאלטן מיט קאמפיוטער ציטריט איז א סעפציעליסט פונקט ווי איינשטיין אויף יעדן סוביעקט. (טיימס)

תירוץ: אויך דעם איז דא אנערקענטע מנהלים, סיסאפ'ס וואס זיי האבן יא אן אחריות'דיגע צוגאנג צו וואלענטורן און פארעכטן.

(דווקא די קריטיק איז די מעלה וואס דינט א טובה ביים אידישן וויקיפעדיע, צוליב די רעליגיעזע אטמעספערע וואס הערשט ביי רוב אידיש רעדענדיגע שרייבער, מיט מורא ארויסצוזאגן זאכן וואס קען זיך גרעניצען מיט כפירה רח"ל, דינט דאך דער באהאלטענקייט פונעם שרייבער אלס שמירה ער זאל נישט פארכטן צו פארציילן די אמת.)

מען קען דאס נוצן פאר פערזענליכע לשון הרע און ספעם

רעדאַקטירן

יעדער איינער קען זיף אפרעכענען מיט זיין שונא און אים באשמוצן מיט אומבאזירטע פאקטן.

עס הערשט נישט קיין דעמעקראטיע נאר כאַאָס און אנארכיע

רעדאַקטירן

וויקיפעדיע איז א פלאץ מיט די מערסטע געשלעגן פון באניצער איבער אלעס און אלעמען. און ווער סהאט מער צייט און מער אנערגיע געווינט. תיכף וואס מ'שרייבט עפעס שפרינגן אנדערע דאס צו מעקן און דיך קריטיקירן.

תירוץ: עס איז דא פאליסיס געשריבן דורך אונזער מנהל קאצקער, סאָו אויב עס איז דא געהעריגע געזעצן איז דאס שוין נישט קיין אנארכיע און כאאס, די געטרייע מנהלים ארבייטן גאר שווער צו אינפאסרין די געזעצן. און ווער עס ברעכט דאס איז אחת דתו להיקרא וואנדאל.

צו אנרופען די אטמעספערא אין וויקיפעדיע כאאס און אנארכיע איז פונקט ווי איר רופט אזוי אן דעם סטאק מארקעט, עווידענטלי איז דאס נישט אמת.

עס ווערט קיינמאל פארטיק

רעדאַקטירן

דיין ווארט וואס דו וועסט שרייבן וועט קיינמאל נישט זיין פארזיכערט אז עס וועט בלייבן.

ראבערט מקהענרי, א רעדאקטאר פון אנציקלאפידיע בריטאניקע, האט אנגערופען וויקיפעדיע: א שפיל אן קיין קאנסקווענסן. ווארשיינליך מיינענדיג דערמיט אז יעדע טויש איז קיינמאל נישט א קאנסעקווענס ווייל דער נעקסטער איז דאך געלאדענט צו טוישן ווייטער, און עס ענדיגט זיך נישט קיינמאל.

ענטפער דאס איז דאך די מעלה אז יעדער קען תשובה טאן און הלוואי וואלט ווען רעאליטעט געווען אזוי אז אז די נייערע פאקטן זאלן קענען טוישן אינזער פערסעפשאן אויף די אלטע פאקטן.

עס איז פארשלאסן

רעדאַקטירן

צופיל ארטקילן זענען הערמעטיש פארשלאסן. (ביישפיל זעהט טאהש.)

תירוץ: א סימפּל שקר! קיין איין ארטיקל איז נישט גענצליך פארשלאסן, 4 ארטיקלן זענען פארשלאסן פאר אנאנימעס באנוצער, אויב מאכט איר א נאמען קענט איר נאך 4 טעג גראד פארעכטן וואס איר ווילט און ווען איר ווילט. דער סיבה פארוואס די 4 ארטיקלן זענען אביסל אפגעהיטן איז ווייל יעדע ליאדע סעקונדע איז דא איצט טוישענדע הייסע ארגומענטן און נייע מציאות'ער פון געריכטליכע און אנגייענדע פייטס. 1) טאהש, 2) ארונים 3) זאלוינים 4) משה גבאי. די רגע סוועט דארטן שטיל ווערן קען דאס ווערן אפען געהעריג פונקט ווי אלע אנדערע איבער 3000 ארטיקלן.

קיין איין ארטיקל איז שוין נישט פארשלאסן פון די אויבענדערמאנטע.

שנאת עם הארץ לתלמוד חכם

רעדאַקטירן

וויבאלד יעדער שמויגער האלט זיך פאר אן עקספערט, טוט דא הערשן א ביטול קעגן עקספערטען.

תירוץ: אמת אבער די פאקט באווייזט אבער אז די עקספערטן שלאפן נישט נאר זיי טוען צוריקדרייען אלע עמי הארצים און ווי פארשטייט זיך די שנאה איז א טו וועי סטריט. און דאס איז די טרייב קראפט אז ביידע סארט חברה זאלן זיך איינעשענען און שאפן א קנאת סופרים צו מער און מער זיך באטייליגן דא, אז זייערע ווארט זאל האבן האפט.

אומפארלעסליך

רעדאַקטירן

פיל מיט בורות און עם הארצות. אויך ווערט געשריבן אסאך ליגענט און מיסאינפארמאציע. איך רעדט שוין נישט די פעלערהאפטיגער סטייל פון גראמאטיק און ספעלינג.

תירוץ דאס איז א ארבייט אין פראגרעס. היינט צוטאגס איז א מציאות אז איבער הונדערט אמעריקאנע פרעסטוזשפולע געריכט קעיסעס זענען פאראורטיילט געווארן מיט די פסקים ווייזענדיג מראה מקומות צו וויקיעפדיע. און אז דאס הייסט נישט פארלעסליך וואס יא?

ווער האט דערצו צייט? ליידיגייער!

רעדאַקטירן

וויבאלד רוב מענשטן ארבייטן און האבן נישט קיין צייט, קומט אויס אז רוב באנוצער זענען ארבייטסלאזע ליידיגייער. און זיי קען מען נישט טראסטן מיט אויפבויען נארמאלע אינפארמאציע. ענטפער: סאיז נאריש צו רופן איינער וואס איז מקדיש זיין צייט פאר וויקיפעדיע ליידיגייער, ווייל זשורנאליסטען פראפעסארן און אסאך אינטערלעקטואלס טוען זייער ארבייט פאר פרי אן באצאלט און סאיז קיינעם נישט איינגעפאלן צו נעמען אזא ארויפגעקוקטער עסק און זיי באטיטולען די עסקנים אלס ליידיגייער.

אויסער דעם איז קלאר אז פיהל מענטשן אפ' זיי האבן אן ארבעט, פונדעסטוועגן אין זייער איבריגע צייט זוכן זיי צו אויפטוען און גיבן וויסנשאפט פאר די וועלט, נישט פאטשקענען זייער צייט מיט פארוויילונגען. אזעלכע וועלן אפ' מיט א ארבעט, און מיט פארנומענע צייט אלס טרעפן אפאר מינוט אויף וויקיפידיע, כדי צו בארייכערען דעם מענטש מיט קלוגשאפט און וויסנהייט.

ווידער זענען פארהאן געוויסע וואס אויף דער עלטער, נאכן אפארבעטן רוב פון זייער לעבן, און האבנדיג אסאך קענען געלערנט און בייגעוואוינט, טוען זיי ווידמען זייער איבריגע לעבן צו לערנען זיך, און אויסלערנען אנדערע איבער אלעס און אלץ.

די מענטשן נויטיגן זיך שוין מער נישט און די פלאגענדיגע טאג טעגליכע ארבעט, וויבאלד זיי האבן שוין אפגעלעבט זייערע יארן , אויסגעגיבן די קינדער, און זיך געהאט זייערע פארוויילונגען אין די יוגנט. אצינד זענען זיי מקדיש זייערע פרייע צייט צו וויקיפידיע און אלעס ענליכעס צו דעם. און מיט'ן גוטן ווילן גיבן זיי פאר די מענטשהייט, לעהרע און ידיעה און יעדן געביט אין וואס זיי זענען נאר באהאוונט.

און אסאך פון די, זענען גאר געלערנטע מענטשן, און רייך מיט א לאנגע לעבן פון פאסירונגען. געשעהענישן. לעהרע. עקספערטיז. וויסנשאפט. היסטאריע. א.א.וו. און דירעקט נישט קיין אזויגערופענע ארבעטסלאזע פוסטע ליידיג גייערס.