קירצונגען אין דער יידישער שפראך

עס איז פאראן דריי אופנים צו באצייכענען קירצונגען:

  1. גענדזנפיסלעך (שטריכעלעך) ביי ראשי־תיבותן אדער פאר יארן פון דעם יידישן לוח (א"י - ארץ ישראל, ד"ה - דאס הייסט, דאס יאר תשס"ח)
  2. אַפּאָסטראָף (איין שטריכל) ווען מען קירצט אן איינציק ווארט (איינצאל: ז' - זייט, מערצאל: זז' - זייטן. איינצאל: פר' - פריילין, מערצאל: פר'ס - פריילינס).
  3. מיט איין פינטל באצייכנט מען פרט נעמען. (מ. שומאכער אד"גל)

באמערקונגען:

  • ווערטער וואס זיינען שטארק אריין אין דער יידישער שפראך לייגט מען ניט קיין שטריכעלעך, ווי למשל: תנך, שס, ייווא אאז"וו.
  • עס זיינען דא אזעלכע (בעיקר ביי די חסידים) וואס שרייבן פינטלעך אנשטאט שטריכלעך ביי יידישע ווערטער און שטריכלעך נאר ביי תנכישע ווערטער און ביי יארן.

א טיילווייזע רשימה פון װערטערבוך־קירצונגען אין דער יידישער שפראך

רעדאַקטירן