אַ פּראָנאָם איז אַ וואָרט וואָס מען ניצט במקום אַ סובסטאַנטיוו. מען ניצט אַ פראָנאָם למשל פאַר אַן אָביעקט וואָס מען האָט שוין דערמאָנט פֿריער. דהייַנו: "נעכטן האָב איך געזען משה. ער איז אַריבערגעגאַנגען די גאַס."
פּראָנאָמען אין כּלל־ייִדישרעדאַקטירן
נאָמינאַטיוו:
פּערזאָן |
איינצאָל |
מערצאָל
|
---|
ערשטער |
איך |
מיר
|
צווייטער |
דו |
איר
|
דריטער |
ער/זי/עס |
זיי
|
אַקוזאַטיוו:
פּערזאָן |
איינצאָל |
מערצאָל
|
---|
ערשטער |
מיך |
אונדז
|
צווייטער |
דיך |
אייַך
|
דריטער |
אים/זי/עס |
זיי
|
דאַטיוו:
פּערזאָן |
איינצאָל |
מערצאָל
|
---|
ערשטער |
מיר |
אונדז
|
צווייטער |
דיר |
אייַך
|
דריטער |
אים/איר/-- |
זיי
|
נאך א פרעפאזיציע ניצט מען געוויינלעך די דאטיווע פארעם.
- דער פּראָנאָם פון צווייטן פּערזאָן איינצאָל ניצט מען נאָר צו קינדער און גוטע פרייַנט. ווען מען רעדט מער פאָרמאַל ניצט מען אַלעמאָל די מערצאָליקע פֿאָרם אפילו רעדנדיק צו אייַן מענטש.
- אויף ליטווישער ייִדיש ניצט מען די דאַטיווע פאָרמען אפילו ווען דער זאַץ פאָדערט אַן אַקוזאַטיוו.[1]
- 'עס' האָט קיין דאטיווע פאָרעם[1].
- ↑ a b דוד כ"ץ, גראמאטיק פון דער יידישער שפראך, בלאט 105 (אויף ענגליש)