קינא

(אַריבערגעפֿירט פון קינאָ)

אַ קינא איז אַ מין טעאַטער װאו מענטשן זעען פילמען. אין אַ נאָרמאַלער קינאָ ס'זענען פאַראַן אַ פּאָר הונדערט בענקלעך, אַ מאַשין װאָס שײנט די בילדער אױף אַן עקראַן.

אינווייניגסטער טייל פון א ליידיקע קינאָ.

אין אַ קינאָ עסט מען קאָקאָשעס (פּאַפּקאָרן) אָדער זיסװאַרג.

אײדער די פילמען טוען זיך אָנהײבן, זעט מען די רעקלאַמעס פאַר די קומענדיקע פילמען. אין די לעצטערע יאָרן זעט מען אױך רעקלאַמעס פאַר פּראָדוקטן װאָס מ'פאַרקױפט אין קראָמען.