קווידיטש

פיקטיווער באל שפיל פונעם פאנטאזיע בוך סעריע "הארי פאטער"

קווידיטש (ענגליש: Quidditch; גערופן שיסבעזעם אין די יידישע אויסגאבע) איז א פיקטיווער ספארט אין די "האַרי פּאָטער" ביכער פון דזשיי.קיי. ראלינג. קווידיטש איז א גרופע שפיל וואס ווערט געשפילט דורך מכשפים און מכשפות אויף פֿליענדיקע בעזעמער. עס זענען דא זיבן שפילער אין יעדע גרופע: דריי יעגערס, צוויי קלאַפּערס, א היטער און א זוכער. דער שפיל האט א סאך כללים. די יעגערס שיסן דער קוואפֿל (דער באל) קיין דער ציל פון די אנדערע גרופע צו ווינען פונקטן. דער היטער פרובירט פארמיידן אז דער קוואפֿל וועט גיין דורכן ציל. די שפילער דורכדרייען זיך פון בלאַדזשערס, באלן מיט א כישוף וואס מאכט זיי אָנשלאָגן שפילער. די שפילער וואס הייסן קלאַפּערס קלאַפּן די בלאַדזשערס אוועק מיט שטעקנס. דער שפיל פֿאַרענדיקט זיך ווען דער זוכער שפילער כאַפּט א באל מיט פליגלען וואס הייסט דער סניטש (אדער "גאלדענע פלאטערל"). די גרופע פונעם זוכער וואס האט דעם סניטש געכאַפּט באקומט 150 פונקטן.

Quidditch Tactics.jpg