דזשאמו-באראמולע אייזנבאן

(אַריבערגעפֿירט פון קאשמיר באן)

די דזשאַמו-באַראַמולע אייזנבאן (הינדוסטאני: कश्मीर रेलवे, אורדו: کشمیر ریلوے Kaśmīr rēlavē) איז אן אייזנבאן ליניע וואס מ'האלט אינמיטן בויען אין אינדיע צו פארבינדן דעם שטאַט דזשאמו און קאשמיר מיטן איבריגן טייל פון לאנד. די אייזנבאן הייבט זיך אן פון דזשאמו און וועט, ווען זי ווערט געענדיקט, ציען 345 ק"מ ביז דער שטאט באראמולע ביים צפון־מערבדיקן עק פונעם קאשמיר טאל.

א מאפע פון די קאַשמיר אייזנבאן