קארל שווארצשילד
קאַרל שוואַרצשילד (דײַטש: Karl Schwarzschild; 9טן אקטאבער 1873 - 11טן מאי 1916) איז געווען אַ יידיש־דייטשער פיזיקער און אַסטראָנאָם. ער איז געווען דער פאטער פונעם אסטראפֿיזיקער מארטין שוואַרצשילד.
געבורט |
9 אקטאבער 1873 פראנקפורט, דייטשע אימפעריע |
---|---|
טויט |
11 מאי 1916 (אלט 42) פאטסדאם, דייטשע אימפעריע |
קבורה ארט | געטינגען צווינטער |
שוואַרצשילד האָט געגעבן די ערשטע פינקטלעכע לייזונג צו די איינשטיין פעלד גלייכונגען פון אַלגעמיינעם רעלאַטיוויטעט, פֿאַר דעם באגרענעצטן פאַל פון איין ספערישע נישט-דרייענדיגע מאַסע, וואָס ער האט אויסגעפירט אין 1915, דאס זעלביקע יאָר ווען איינשטיין האט ערשט פארגעשטעלט די אַלגעמיינע טעאריע פון רעלאַטיוויטעט. די שוואַרצשילד לייזונג, וואָס ניצט די שוואַרצשילד קאָאָרדינאַטן און דעם שוואַרצשילד־מעטריק, פירט צו אויסקריקן דעם שוואַרצשילד ראַדיוס, וואָס איז די גרייס פון די געשעעניש האריזאנט פון אַ נישט-דרייענדיקער שוואַרצער לאָך.
שוואַרצשילד האָט דאָס דערגרייכט בשעת ער האָט געדינט אין דער דײטשישער אַרמיי בעת דער ערשטער וועלט מלחמה. ער איז געשטארבן א יאָר נאכהער פֿון דער אויטאאימונער קרענק פעמפֿיגוס, וואָס ער האט געכאנפט אין דעם רוסישן פראָנט. די פארשיידענע פארעמען פון דער קראנקייט טרעפן זיך באזונדערס אויף מענטשן פון אשכנזישער יידישער אָפּשטאַם.[1]
וועבלינקען
רעדאַקטירן- Biography of Karl Schwarzschild (ארכיווירט 02.03.2021 ביי דער Wayback Machine) by Indranu Suhendro, דער אברהם זעלמאַנאָוו זשורנאַל, 2008, Volume 1.