קאנסענסוס באשלוסן-אפמאכן

(אַריבערגעפֿירט פון קאנסענוס באשלוסן-אפמאכן)

קאנסענסוס באשלוסן-אפמאכן איז א באשלוס-אפמאכונג פראצעס וואס טוט נישט בלויז זוכן און שטרעבן צו די הסכמה פון דאס רוב באטייליגער, נאר אויכט צו העלפן צופרידענשטעלן איעדן און אויסגלעטן און פארגרינגערן די קעגנארטיקע ארגומענטן פון די מינאריטעט צו דערגרייכן דאס מערסטע הסכמהדיגע פאזיציע ערגעץ אין דערמיט.

קאנסענסוס טוט באצייכענען סיי די כלליתדיגער הסכמה און סיי די פראצעס וויאזוי צו דערגרייכן און אנצוקומען צו דעם ענגילטיגן הסכמה. דעריבער איז דער ארטיקל דא בעיקר באזירט אויף בלויז איין מייננוג פון קאנסענסוס ד.ה. דער פראצעדור, די טעכניקן און סטרוקטאר פון דעם פראצעס גופא.

גרופעס רעליגיעס און איבערהויפט ארגענעזאציעס באנוצען זיך פיל מיט אט דעם באשלוס אפמאך פראצעדור,

וואס איז קאנסענסוס באשלוס אפמאכן?

רעדאַקטירן

די ווארט קאנסענסוס קומט פונעם לאטייניש ווארט קאם מיינענדיג מיט אדער צוזאמען מיט, און דאס אנדערע האלב ווארט איז פון די שורש סענטייער מיינענדיג צו טראכטן אדער שפירן. קומט אויס אז דער ווארט קאנסענסוס מיינט אין עטימאלאגיע] צו טראכטן און שפירן צוזאמען.


אלס א באשלוס-אפמאכן פראצעס, קאנסענסוס צילט צו זיין:

  • אריינעמען: ווי מער נגיעות'יגע מיינונגן מעגליך זאלן ווערן אריינגעדרייט און זאלן מיטהאלטן די קאנסענסוס באשלוסן-אפמאך.
  • אנטיילנעמען: די קאנסענסוס פראצעס זאל אקטיוו פארלאנגן די מיינונגן און ארויסשטעלענדע ראלע פון אלע באשלוסן אפמאכערס.
  • צוזאמן-ארבייט: באטייליגער אין אן אפעקטיווער קאנסענסוס פראצעס זאלן שטרעבן צו דערגרייכן די בעסטער מעגליכער אפמאך פאר די גרופע און אלע אירע מיטגלידער, איידער ווי זיכן די גרינגע וועג פון גיין נאכן רוב מיינונג אנטקעגן די מינאריטעט, נאר מען זאל זיך דורכרעדן צו א מיטל פונקט וואס וועט קיינעם נישט מאכן אויפירן אין נצחון אבער וועט אויך נישט אזוי שטערן די מיעוט.
  • אייניגקייט': אלע מיטגלידער פון די קאנסענסוס באשלוס-אפמאך קערפערשאפט זאלן ווערן געגעבן די געלעגנהייט, וויפל מעגליך, פאר אייניגע כוח און השפעה אויף דעם פראצעס. אלע מיטגלידער האבן צוטריט צום טיש, צו דאס בויגן וועטאען און אפילו בלאקירן די פארשלאגן.
  • אויסוועג-אריענטירט אן אפעקטיווער קאנסענסוס באשלוס-אפמאך קערפערשאפט שטרעבט צו טרעפן און שאפן טעכניקס פון פשרות און שלום צו אויפבלאזן די זעלבע מיינונגען און פאזיציעס פון צווישן די חילוקי דעות און מען פרובירט דאס צו פארגרעסערן ווי מער איבער די פארשידעארטיגקייטן פון דער גרופע.

קאנסעסוס אלס אן אלטערנעטיוו צו וואלן

רעדאַקטירן

חסידים פון דעם דאזיגן וועג פון צוקומען צו באשלוסן אפמאכן באטראכטן דאס בעסער ווי סתם וואלן, וואלן מאכט פאליטיק פון פארטייען און נגיעות מיט סתם אויפגעבלאזענע קאנקורענץ, ענדערשטער ווי צוזאמן-ארבייט וואס מאכט שלום און האט מער א אויסזיכט פון פשרות אלס א פאטענציאלער הסכמה.

וואלן האט א חסרון אז עס איז די דיקטאטורשאפט פון די רוב אויף די מיעוט. און אזוי ארום טוט דאס פארביטערן און פארטרייבן דעם מיעוט צו נעמען אנטייל אין די גרופע. אויך איז וואלן מער אחריות און זארג אויף די פלייצע פון יעדן יחיד וואס זיין שטימע קען אויסמאכן דער חילוק, וואס ביי קאנסענסוס איז דאס נישט אזוי ווייט דער אחריות אויף די יחיד ווייל זיין איין שטימע גייט נישט דאס אויסמאכן אזא דיפערענץ נאר צוזאמן מיט יעדן'ס טוט דאס אויסמאכן.

די פראצעס פון קאנסענסוס באשלוס-אפמאך

רעדאַקטירן

ראלעס אין די קאנסענסוס באשלוס-אפמאך

רעדאַקטירן

אויב עס איז נישטא קיין פולשטעדיגע קאנסענסוס ווער דארף מיטשטימן

רעדאַקטירן

אויב מען קען נישט דערגרייכן קיין קאנסענסוס

רעדאַקטירן