קאטי סארק דל״ב סטאנציע

דאקלאנדס לייכטע באן סטאנציע
קאארדינאטן: 51°28′53″N 0°00′37″W / 51.4815°N 0.0103°W / 51.4815; -0.0103

קאַטי סאַרק (ענגליש: Cutty Sark) איז א דאקלאנדס לייכטע באן (דל״ב) סטאנציע אין דעם שטאט־צענטער פון גריניטש, דרום־מזרח לאנדאן.

קאַטי סאַרק דאקלאנדס לייכטע באן
בילד

אריינגאנג צו סטאנציע

(למפת גרויסלאנדאן רגילה)

לאקאציע פון קאַטי סאַרק אין גרויסלאנדאן

לאקאלער סטאנציע נאמען: Cutty Sark
יאר געעפנט: 1999
לאקאציע: גריניטש
בארא: גריניטש
פארוואלטער: דאקלאנדס לייכטע באן
צאל פעראנען: 2
טראוולקארטע זאנע: זאנע 2 און 3
דל״ב יערלעכע פאסאזשירן
2014 ארויף 6.506 מיליאן
2015 ארויף 6.954 מיליאן

זי איז אין טראוולקארט זאנע 2 און 3.

קאַטי סאַרק איז די ערשטע סטאנציע פונעם לואישעם צווייג וואס איז דרום פונעם טעמז, און איז אונטער דער ערד. נאנט צו דער סטאנציע געפינען זיך דער נאציאנאלער ים-מוזיי, גריניטש שפיטאל און די קעניגלעכע אבסערוואטאריע.

היסטאריע

רעדאַקטירן

קאַטי סאַרק דל״ב סטאנציע האט געעפנט דעם 3טן דעצעמבער 1999 מיט דער פארלענגערונג פון דער דאקלאנדס לייכטע באן קיין לואישעם.

באדינונג

רעדאַקטירן

אין די נישט שפיץ שעה׳ן פארן 12 באנען א שעה קיין באנק און 12 באנען א שעה קיין לואישעם. אין דער פרי פארן באנען אויך קיין סטראטפארד.

וועבלינקען

רעדאַקטירן
 
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: קאטי סארק דל״ב סטאנציע
פריערדיקע סטאנציע     DLR   פאלגנדע סטאנציע
קיין לואישעם
דאקלאנדס לייכטע באן
קיין באנק אדער סטראטפארד