צבי בראווערמאן
רב אין ביתר עילית
הרב צבי בראַווערמן (געבוירן ה'תש"ך 1959) דינט אַלס ראש בית דין אין ביתר עילית, אויך דינט ער ווי אב״ד אין די נתיבות חיים און אמת און שלום בתי דינים אין ירושלים. אויך איז ער דער ראש כולל פון דעם שערי משפט כולל פאר דיינות אין ירושלים, און ווערט פאררעכנט ווי איינער פון די גרעסטע בוררים ביים חרדישן ציבור. ער איז דער רב פון דער ליטווישער קהילה אין דעם שמואל הנביא (קווארטאל) אין ירושלים.
מדינה | ישראל |
---|---|
לערנארט | פאנאוועזשער ישיבה |
געבוירן אין ירושלים אין ה'תש"ך 1959 צו רבי נתן בראַווערמאַן און זיין ווייב לאה. אין זײן יוגנט האָט ער געלערנט אין דער פאָנעוועזשער ישיבה אין בני ברק.
ער האט געהייראט דבורה, די טאכטער פון הרב רפאל רייכמאן, ראש ישיבת מאה שערים, וואס איז באטראכט געווארן נאענט צום בריסקער רב און הרב יוסף שלום אלישיב.