פרשת נשא

סדרה אין ספר במדבר

נָשׂא איז די צווייטע סדרה אין ספר במדבר, און די לענגסטע סדרה אין דער תורה, מיט 176 פסוקים.

מען לייענט פרשת נשא דעם שבת נאך שבועות, אדער אמאל דעם שבת פאר שבועות.

ברכת כהנים

די סדרה הייבט און מיט ציילן די בני לוי, די משפחות פון גרשון און מררי. דערנאך ווערט געברענגט אז מען דארף שיקן יידן וואס זענען טמא מחוץ למחנה. די פרשה פון גזל הגר. די דינים פון א סוטה די דינים פון א נזיר. די מצווה פון ברכת כהנים. די קרבנות פון די צוועלף נשיאים.

די הפטורה איז די פרשה פון מנוח אין ספר שופטים, וואס זיין זון שמשון איז געווען א נזיר.